מיטוואך חקת בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך חקת בלק=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמעי' קרויס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם העכט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר הערשל קאהן שליט"א.
ב"ר בנימין זאב מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר שמואל משה מנחם סאנדעל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק כ'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר יצחק יקותיאל ביקעל שליט"א און הרה"ח ר' יואל בר"נ גאנדל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:30 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' גבריאל שמואל ווייס הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' בעריש גפן הי"ו און הרה"ח ר' וואלף שערצער הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 אזייגער,
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט א קידוש לבנה און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
בביתו נאוה קודש אויף צאנז איז אריין בקודש פנימה הר"ר שמעון שישא שליט"א - ראש המצילים אינערהאלב מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל משמד הגיוס, וועלכע געפינט זיך יעצט אין אמעריקע לטובת די נייע אפיס וואס מען האט אויפגעשטעלט אין ירושלים נאכצוקומען די ארבעט,
מען האט ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די שווערע מצב ווי מען געפינט זיך יעצט אין ארה"ק מיט די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות און פון אלע שיכטן און קרייזן ווענדט מען זיך צו מרכז עזרה ויעוץ פאר הילף,
דער רבי האט שטארק מחזק געווען די פעולות לטובה פונעם מרכז און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
~🌴~