דינסטאג חקת בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג חקת בלק=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יודא הערש ווייזער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' משה ב"ר יעקב פעלדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק ח'.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 1:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דאס זיך אריבערציען קיין ארה"ק,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים איבער צדיקים וועלכע זענען ארויפגעגאנגען אויף די עלטערע יארן וואוינען אין ארץ ישראל,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די התמנות פון הרה"ג ר' שמעון שמעי' פריעדמאן שליט"א בן הרה"ח ר' וואלף הי"ו חתן הרה"ח ר' מאיר שטערן הי"ו לשרת בקודש אלץ מו"ץ בקהילתינו הק' וומ"ס,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן שלא יצא מכשול מתחת ידיו בהוראה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
ביים אנקומען אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י האט דער רבי געהערט א באריכט פון די עסקנים פון אנ"ש וואל קאמיטע איבער די פריימערי וואל פארמעסט אויף די קאנסערוואטיווע ליניע פאר די סטעיט סענאט זיץ אינעם קרית יואל'ער אומגעגנט, ווי תושבי קרית יואל זענען ווידעראמאל ארויסגעקומען שטימען פאר די אנ"ש אינדארסירטע קאנדידאט,
דער רבי האט געהערט א באריכט איבער די וואל רעזולטאטן ווי דער אינדארסירטער קאנדידאט האט באקומען כמעט הונדערט פראצענטיגע שטיצע דורך די תושבי העיר און דערמיט סוקסעספול געזיגט אינעם פארמעסט, און געוואונטשן די עסקנים זיי זאלן קענען ווייטער אנגיין מיט די פעולות הקודש און אנהאלטן די פארבינדונגען מיט די באאמטע צו קענען ווייטער אויפטון פאר די יהדות החרדית אין ניו יארק.
~🌴~