מיטוואך בהעלותך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך בהעלותך=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' טובי' ווערצבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ט'.
נאך תפילת שחרית ארום 12:15 איז דער רבי אנגעקומען אויף א קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אין די נייע אפיסעס פון 'מוסד אהובים' בהנהלת הרה"ח ר' משה שמואל פרענקל הי"ו,
דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' משה שמואל הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון א היכל הביהמ"ד בבנין הת"ת החדש שע"י מוסדותינו הק' וועלכע ווערט געבויעט אויף די געציל בערגער גאס אין ק"י, פאר די פאנטאסטישע סכום פון א מיליאן דאלער,
ביים אנקומען האט דער רבי צום ערשט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג,
דערנאך איז דער רבי אריין אויף א מסיבת לחיים,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פילע פעולות פונעם מוסד און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלום משה ליפשיץ שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד בית מרדכי,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' משה שמואל הי"ו ובני משפחתו, פאר די הנהלת המוסדות, און פאר אלע מיטארבעטער,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק בהעלותך את הנרות און ארויסגעברענגט לשבח פון מוסד אהובים וועלכע טוט אנצינדן די נרות און מאכט ליכטיג אידישע הייזער מיטן געבן די ריכטיגע הילף פאר יעדעם איינעם בגוף ובנפש, און מאריך געווען בשבח פונעם חשובן נדבן פאר זיין גרויסע נדבה פאר די מוסדות הק' און מסיים געווען מיט ברכות לרוב,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שמעון משה קעפעטש הי"ו - חבר הנהלת המוסדות,
דערנאך האט דער רבי אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
דערנאך האט אויפגעטרעטן בנו הר"ר יואל פרענקל שליט"א פון וומ"ס,
ביים פארענדיגן איז דער רבי ארומגעגאנגען אינעם גאנצן בנין און זיך אומגעקוקט אויף די נייע אפיסעס, מען האט געענדיגט ארום 12:45.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי געפארן קיין שיכון סקווירא ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי די חופה פון אן אור אייניקל פון גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א הכלה בת הר"ר חיים מאיר טווערסקי שליט"א בן הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א,
נאך די חופה האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און פארן חתן, מחותנים, און פאר די חשוב'ע זיידעס כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א און האדמו"ר מדעעש שליט"א פון ארה"ק,
אויך האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א און כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומ"ס שליט"א,
ארום 7:55 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין ק"י.
ביים אנקומען לביתו נאוה קודש ארום 8:30 איז דער רבי אריין אינעם זאל בביתו נאוה קודש ווי עס זענען אנוועזנד געווען פילע בחורים פון אלע סניפי ישיבות קטנות פון ק"י וועלכע האבן אריינגעברענגט פון טויזענט דאלער און העכער ביים 'פקודת הקודש' קאמפיין פארגאנגענעם בין הזמנים לטובת מוסדותינו הק' אין ק"י,
דער רבי האט געהערט א באריכט פון די הנהלת המוסדות און משמיע געווען ברכת הקודש און פארטיילט פאר די גבאים א סעט חידושי תורה מהר"י ט"ב - מסיבות, און פאר אלע בחורים א מתנה ספרו לב אהרן - מסכת אבות.
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די נייע תנאים זאלן וועלכע זענען נארוואס פארענדיגט געווארן און איז געווידמעט ספעציעל פאר מחותנים וועלכע מאכן תנאים אין די 24 שעה פון די שידוך, און איז היינט באנייט געווארן צום ערשטן מאל.
זמני כניסה איז געווען פון 8:40 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' אלכסנדר לאנדא שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד ליזענסק, און הרה"ח ר' ישראל שוארטץ הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' נפתלי משה ווייס הי"ו און הרה"ח ר' חיים מאיר ווייס הי"ו,
און פון די מחותנים הר"ר יצחק קויפמאן שליט"א און הר"ר שרגא גאנדעל שליט"א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴~