דינסטאג בהעלותך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג בהעלותך=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף ברמ"א הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף דוד יששכר פארקאש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון ברש"ז ברוין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל יוסף גרין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ט'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען קיין וומ"ס ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי צום ערשט ארויף אין שטוב פון הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דקהלתינו הק' אויף א מסיבת לחיים לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט, עב"ג החתן נכד דודו כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית צאנז און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, פאר די חשובע מחותנים, און פאר די גאנצע משפחה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה עסקני ארגון 'רינועל' אינאיינעם מיט עטליכע גרויסע דאקטורים פון קאלמביע שפיטאל,
הרה"ח ר' מענדל ריינער הי"ו - יו"ר רינועל האט פארגעשטעלט די פעולות לטובה פון די ארגענעזאציע ווי במשך השנים האט מען געהאט די זכיה צו ראטעווען טויזענטער אידן מיט נירן טרענספלעטס,
דערביי האבן די דאקטוירים ארויסגעברענגט זייער התפעלות פון כלל ישראל ווי אזויפיל טויזענטער אידן זענען גרייט אוועקצוגעבן זייער ניר פאר מענטשן וואס זיי קענען נישט, נאר כדי צו ראטעווען א נפש אחת מישראל,
מען האט אויסגעשמועסט עטליכע שאלות וועלכע זענען עומד על הפרק, אויף וואס דער רבי האט אנגעגעבן הוראת קדשו און דערנאך האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
אויך זענען אריין בקודש פנימה חברי וועד קרן הבנין פון ביהמ"ד החדש 'לב אהרן' דקהלתינו הק' ב"פ צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די התחלת הבנויה פונעם ביהמ"ד נאכן ערהאלטן אלע נויטיגע פערמיטן,
מען האט פארגעשטעלט פאר רבינו שליט"א די ענדגילטיגע סקיצעס פונעם ביהמ"ד און די פלענער פון די בוי ארבעט,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון הכלה בת הרה"ג ר' שאול יחזקאל שווארטץ שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד, עב"ג החתן בהר"ר אלעזר שטיינווארצל שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן חתן, פאר הרה"ג דומ"ץ הביהמ"ד שליט"א, און פאר די חברי וועד קרן הבנין.
אויפן וועג אהיים נאך די זמני כניסה האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין שיכון סקווירא ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אינאיינעם מיט חתנו האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א היושבים ע"פ אחותו /אמו הרבנית מראחמיסטריווקא ע"ה,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 1:15 אין שטוב פון גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער קריאת השמות ביי כתובה און גיטין און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין,
דערנאך ארום 1:30 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
~🌴~