מיטוואך נשא ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך נשא ב'=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה אהרן ווייזער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' משה ארי' פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי וואגשאהל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל יצחק ראטה הי"ו.
ב"ר מנחם מענדל גאלדבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ט'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר יואל הערש ליכטנשטיין שליט"א און הר"ר יושע הערש ברמ"י גליק שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ב ווייס הי"ו און הרה"ח ר' בנציון מעזעי הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' נפתלי יוסף ווייס הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 2:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי האברך ר' בערל ב"ר אהרן זאב גלויבער הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון א חדר המקוה אין די מקוה טהרה אין ק"י,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די גאנצע משפחה.
ארום 11:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברא"ש הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל יו"ט יאזשעף הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' מרדכי יצחק אייזיק לאזאר הי"ו און הרה"ח ר' ליפא ברמ"א שטיינבערג הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~