דינסטאג נשא ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג נשא ב'=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א - רב דביהמ"ד ברך משה סיגוט ק"י, בן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א.
ב"ר יוסף חיים גרובער הי"ו.
ב"ר יואל בר"ד מיטטעלמאן הי"ו.
ב"ר אברהם לייב ליכטמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ד'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הגה"צ דומ"ץ קהלתינו ירושלים שליט"א אינאיינעם מיט עטליכע חברי וועד קרן הבנין פונעם בנין הגדול והמפואר שע"י קהלתינו ומוסדותינו הק' אין ירושלים עיה"ק צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די יציקת הבורות פונעם פראכטפולע מקוה וועלכע וועט פארקומען קומענדיגע וואך בעז"ה,
דערביי האבן די חברי הוועד פארגעשטעלט פאר רבינו שליט"א די מאסיווע פארשריט פון די בוי ארבעט ווי מען האט שוין געגאסן די פערטע שטאק פונעם ניין שטאקיגע בנין הגדול,
דער רבי האט אנגעוויזן עטליכע הוראת בנוגע די מקוה און ווארעם אנגעוואונטשן פארן דיין שליט"א, פאר הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו - מראשי וועד קרן הבנין בארה"ב, און פאר הרה"ח ר' גרשון פעלבערבוים הי"ו - מראשי וועד קרן הבנין בירושלים.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' ישכר דוב טויב שליט"א - אב"ד קאלוב וומ"ס, בן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך אין שיכון סקווירא, עב"ג הכלה נכדת כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~