זונטאג נשא ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג נשא ב'=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף גוטמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם אלי' פרידריך הי"ו.
ב"ר יוסף סאפדי הי"ו.
ב"ר חיים דייטש הי"ו.
ב"ר מרדכי יודא לאנדא הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ביים לחיים איז אנוועזנד געווען הגה"צ רבי יצחק יחיאל מיכל מאסקאוויטש שליט"א - אדמו"ר משאץ מאנסי חתן האדמו"ר מוויזניץ מאנסי זצ"ל,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרה"ג ר' משה מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד"ק לימנוב שליט"א וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, ווי עס איז פארגעקומען די חאלאקע פון בנו הילד צבי ני"ו,
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית,
עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן איבער פארשידענע מנהגי שבועות און מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד"ק לימנוב שליט"א.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב מאיר ווייס הי"ו און הרה"ח ר' ברוך העלד הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם שמואל שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"וו פארקאש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
זמני כניסה איז געווען פון 7:40 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:50 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
ארום 10:20 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברי"ד לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' פנחס יצחק שמאיע הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"י קאהן הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה האדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא שליט"א אינאיינעם מיט בתו הכלה מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
~🌴~