יו"ט שבועות תשפ"ו בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בקרית מלך רב קרית יואל
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=יו"ט שבועות תשפ"ו בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בקרית מלך רב קרית יואל=
ערב יו"ט האט דער רבי געמאכט א עירוב תבשילין און מזכה געווען די פת דורך הב' המשב"ק פאר אלע תושבי העיר, און דערנאך אנגעצינדן א יזכור לעכט.
ארום 8:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
צו מערבית איז צוגעגאנגען הר"ר דוד שלמה לאוב שליט"א - מאנסי.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:55.
דער ציבור איז אריבער זאגן גוט יום טוב און שלום נעמען, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
בביתו נאוה קודש האט דער רבי געזאגט תיקון ליל שבועות - תורה.
ארום 1:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
במשך די טיש האט מען מאריך געווען מיט ניגוני מתיקות ועריבות התורה.
מיטן פיוט פון מערבית האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' העניך מרדכי מייזליש שליט"א - רב דביהמ"ד טאלטשאווע ק"י.
און מיט די פיוט פון אהבה רבה הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד צאנז ק"י.
דערנאך האט מען געזינגען והאר עינינו פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעורורות.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש אויפן מדרש 'בשעה שנתן הקב"ה תורה לישראל נתקנאה בהם אומה"ע' און ארויסגעברענגט אז ביי יציאת מצרים האט הקב"ה ארויסגעצויגן די טומאת מצרים פון יעדעמ'ס הארץ און אזוי האט מען זוכה געווען צו קענען שפירן א עריבות ומתיקות לימוד התורה, אבער דאס איז נאר ביי כלל ישראל וואס שטאמען פון די אבות הק' האבן זייער גוף א קדושה, משא"כ די אומה"ע וואס זיי זענען איין שטיק טומאה איז נישט דא קיין מציאות ביי זיי צו קענען משיג זיין די תורה הק',
דער רבי האט אויסגעפירט זאגענדיג אז יעדע יאר יו"ט שבועות ווערט נאכאמאל נתעורר די קדושה פון מתן תורה און הקב"ה איז מזכך אידישע הערצער במילא קען יעדע איד זוכה זיין צו עריבות ומתיקות לימוד התורה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 3:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי איז געגאנגען אין מקוה עטליכע מינוט פארן עלות.
=יום ראשון של שבועות=
ארום 10:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול און עס איז פארגעקומען די הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' אלי' ב"ר יודל שטיינמעטץ הי"ו,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש אויף צד מזרח און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
ברכות: האדמו"ר מסטאניסלאוו לאנדאן שליט"א.
פסוקי דזמרה: הגה"צ חו"פ רבי משה טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ קהלתינו הק' ירושלים.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית והלל,
ביי אהבה רבה האט מען געזינגען די ניגון פון הרה"ק רבי ר' הערש מ'רימנוב זי"ע מיט גרויס התעורורות ובבכיות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' שאול יחזקאל שווארטץ שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דקהלתינו הק' ב"פ, און הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד בית שמואל דקהלתינו הק' בשכונת דברי חיים ק"י.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
דער רבי איז ארויף אויפן בימה, מען האט אויפגעריפן די כהן און דער רבי האט פארגעזאגט אקדמות בקול חוצב להבות אש און השתפכות הנפש.
דער רבי איז געווען בעל קורא און געליינט די קריאה מיט גרויס התעורורות.
מיטן האלטן די צווייטע ספר תורה ביים ליינען איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יודל שטיינמעטץ הי"ו.
כהן: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א.
לוי: הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א.
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
רביעי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
חמישי: רבינו שליט"א.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' משה ישעי' ברא"ש פוקס הי"ו.
ר' בעריש ברא"מ ווערטהיימער הי"ו.
ר' יעקב ברש"ז ווייס הי"ו.
ר' שמואל ברח"י גוטמאן הי"ו.
ר' ירוחם ברא"י יאקאב הי"ו.
ר' אברהם בר"י וויינגארטן הי"ו.
ר' מנחם ברפ"מ קליין הי"ו.
ר' בערל בר"י האלפערט הי"ו.
ר' יוסף הערש ברש"י מערץ הי"ו - וומ"ס.
ר' יוסף בנציון העללער הי"ו - וומ"ס.
ר' מנחם בר"ב גליק הי"ו - וומ"ס.
ר' יואל ב"ר יצחק ברא"ש שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
הגבה: הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו - ב"פ.
גלילה: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - מאנסי.
מפטיר: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו - וויען.
הגבה: הרה"ח ר' שלמה פעדער הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' יצחק שיף הי"ו - מאנסי.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל יודא רובינפעלד הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 3:20, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום 'קרעפל טיש',
דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, דערנאך האט דער רבי טועם געווען פון די קרעפלעך, און געטרינקען א קאווע,
מען האט געזינגען ניגוני יו"ט,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די 'קרעפל פשעטל' ווי דער רבי האט משמיע געווען דברי פלפול ודרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
דערנאך האט דער רבי געליינט די תנאים שבין ישראל לקוב"ה,
מען האט געענדיגט ארום 4:00 אזייגער.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט אהבה רבה הב' לייבוש בהגה"צ רבי אהרן מייזליש שליט"א בן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א,
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן רש"י בלשון הזה וכסדר הזה און ארויסגעברענגט אז יעדע מצוה און עבירה פון א איד ווערט איבערגעשריבן אויפן מקום המקדש, און בשעת מתן תורה האט עס כלל ישראל געזען מיט די אייגענע אויגן,
ברכת המזון: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א - ב"פ, בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
פארן זמן הדלקה"נ איז דער רבי געגאנגען אין מקוה לכבוד שב"ק און דערנאך אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן נחמן ב"ר יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו,
החתן מענדל גרשון ב"ר יואל בר"א סימאן הי"ו,
החתן משה בהר"ר יואל הערש ליכטענשטיין שליט"א.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:55,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין דקהלתינו הק' וומ"ס.
קבלת שבת ומערבית: הר"ר אלעזר מענדל פילאפף שליט"א - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10, און דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 1:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין היכל השלחנות.
מען האט געזינגען שלום עליכם ביז מלך תמים דרכו,
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א,
הגבהת הכוס נכד רבינו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א,
במשך די טיש האט מען געזינגען ניגוני יו"ט שבועות.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען האדמו"ר מסטאניסלאוו לאנדאן שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' אליעזר גאלדמאן שליט"א - מזוועהיל ירושלים.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויחן שם ישראל נגד ההר און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון ארץ ישראל מוחזקת לנו מאבותינו.
קה אכסוף: הרה"ג ר' מאיר מרגליות שליט"א - מאנסי.
ברכת המזון: הר"ר הערשל כהנא שליט"א - ב"פ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' משה ארי' פריעדמאן הי"ו.
ר' יואל כאירה הי"ו.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו - בית שמש.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:30.
=וביום השבת - יום שני של שבועות=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די מעמד אדיר 'לימוד התורה' ווי מען האט געלערענט פון 8:30 ביז 10:30 ע"פ קריאת הקודש פון מרן רבינו שליט"א,
ארום 8:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לומדים בהיכל הביהמ"ד און ארומגעגאנגען אינעם גאנצן ביהמ"ד און ארויף אויף די גאלעריען און זיך אומגעקוקט אויפן ריזן ציבור לומדים מיט א שטארקע קורת רוח פאר א לענגערע צייט, דערנאך איז דער רבי אראפ צום היכל התורה 'היכל ראזענבערג' ווי דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די לומדים פאר א לענגערע צייט מיט גרויס הנאה,
דערנאך איז דער רבי אריין אין חדר דוד ווי עס קומט פאר די חברת תהילים דורך די תשב"ר און דער רבי האט זיך אומגעקוקט פאר א שטיק צייט,
דערנאך איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט עוסק געווען בלימודו ביזן דאווענען.
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 11:15.
ברכות: הר"ר יצחק צבי ווייס שליט"א - אב"ד איהעל ב"פ.
פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א - דומ"ץ בקהלתינו הק' ב"פ.
צו תפילת שחרית האט דער רבי צוגעשיקט בנו הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א,
צו אהבה רבה איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד און אנגעהויבן די אהבה רבה ניגון און דערנאך אויסגעלאזט בהתעוררות גדול,
צו אמירת הלל איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד.
נאכן שיר של יום האט מען געזאגט מגילת רות.
נאך רות האט דער רבי געזאגט קדיש לע"נ די משפחה פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע הי"ד.
פארן ליינען איז פארגעקומען די הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך משפחת הרה"ח ר' חיים שמואל שפילמאן ע"ה,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש אויף צד מזרח און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א, און הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א - מו"ץ.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו 18'טע עוו. ב"פ.
הולכת הס"ת לבימה: הר"ר לייבל טויבער שליט"א - מאנטשעסטער, און הרה"ח ר' מאיר שטערן הי"ו - וומ''ס.
מיטן האלטן די צווייטע ספר תורה ביים ליינען איז מכובד געווארן הרה"ח ר' שלמה שפילמאן הי"ו.
כהן: החתן ב"ר יואל גברא הי"ו.
לוי: החתן נחמן ב"ר יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו - באווארפען.
שלישי: החתן שרגא פייוול ב"ר עמרם טירנויער הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן מענדל גרשון ב"ר יואל בר"א סימאן הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן יעקב ב"ר נחמי' ניימאן הי"ו - באווארפען.
שישי: רבינו שליט"א.
שביעי: החתן משה בהר"ר יואל הערש ליכטנשטיין שליט"א - באווארפען.
אחרון: החתן מענדל ב"ר יושע פנחס שעהנפעלד הי"ו - באווארפען.
הגבה: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו.
גלילה: החתן יוסף ב"ר זלמן ווידער הי"ו.
מפטיר: החתן משה ב"ר שלום גאלדמאן הי"ו - באווארפען.
הגבה: הרה"ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו.
נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם גאטעסמאן הי"ו - לאנדאן.
מען האט געענדיגט ארום 3:30.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט אהבה רבה הב' משה בהרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א,
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק אלה הדברים אשר תדבר אל בני ישראל און ארויסגעברענגט אז יעדע איד איז מרומז אין א אות אין די ספר תורה, און אזוי ווי מען ווייסט אז אין מוקדם ומאוחר בתורה און אלע אותיות זענען די זעלבע חשוב, אזוי אויך זענען אלע אידן די זעלבע חשוב ביים רבש"ע,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען נכדו הבה"ח חיים הערש רוקח ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה און שלו"ס ונעילת החג ארום 8:35,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
ביים ליינען זענען מכובד געווארן,
פתיחה: הרה"ח ר' מרדכי געלבער הי"ו - ירושלים.
כהן: הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו - מאנטריאל.
שלישי: הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו.
נאך מנחה האט זיך דער רבי געוואשן צו שלו"ס,
הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער - משמש דקהלתינו הק' בוומ"ס האט אנגעגאסן פארן רבי'ן די כוס, און דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר די חברא קדישא, און פארן גאנצן ציבור.
מיט אודה האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' אברהם וואלף שנעבאלג שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד אור ישראל אלימלך דקהלתינו הק' וומ"ס.
שיר המעלות: הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטנשטיין שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד דברי יואל דקהלתינו הק' ב"פ.
ידיד נפש: הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהלתינו הק' וומ''ס.
קל מסתתר: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ וומ"ס.
דערנאך האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה ניגוני יו"ט שבועות און ניגוני מתיקות התורה, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן,
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט די שבע ברכות פאר עטליכע חתנים.
דערנאך האט דער רבי געליינט די כתובה שבין ישראל לאביהם שבשמים, און מען האט געזינגען ובאו כולם און עליונים ששו,
מיט אהבה רבה האט דער רבי מכבד געווען הרב חיים בהרה"ג רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט''א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז א דיבור פון הקב"ה קען מען הערן אויף אסאך וועגן יעדער לפי בחינתו, 'אחת דבר אלקים שתים זו שמעתו' ביי מתן תורה זענען גאנץ כלל ישראל געווען אויף די מדריגה פון בני עליה און זיי האבן זיך געדארפט מוסר נפש זיין אויף אלע תרי"ג מצות,
אזוי אויך א ברכה פון הקב"ה איז די זעלבע ברכה א ברכה פרטי פאר יעדעם לפי מה שצריך לו,
דער רבי האט מסיים געווען מיט א מעשה פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע וועלכע האט אנגעוואונטשן כל מילי דמטיב פאר א איד, און דער רבי האט אויסגעפירט מיט א בקשה צו הקב"ה אז ער זאל בענטשן כלל ישראל מיט כל מיני השפעות די מחסורו אשר יחסר לו,
מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן בהתלהבות אש,
ביים ענדיגן האט דער רבי פארגעזאגט דריי מאל לשנה הבאה בירושלים.
צו מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו,
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
"ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש"
נאך הבדלה איז דער רבי ערשינען אויפן בימת הכבוד פארנט פון ביהמ"ד הגדול במעמד אלפי אנשי שלומינו אנשים נשים וטף,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים,
נאך עטליכע מינוט האט דער רבי משמיע געווען די 'ברכת הקודש' אויפן פסוק כה תאמר לבית יעקב ותגד לבני ישראל און ארויסגעברענגט אז יעדע איד דארף וויסן אז ער איז א קינד פון יעקב אבינו און דאס דארף אים שוין אליינס מחייב זיין זיך אויפצופירן ווי עס פאסט פאר א קינד פון יעקב אבינו בכל ענינים, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר הקטנים עם הגדולים בכל מילי דמיטב.
מען האט געענדיגט ארום 11:50.
מוצאי יו"ט זענען אריין בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורי אנשי שלומינו פון מאנטריאל זיך געזעגענען,
דער רבי האט זיי אויסגעפרעגט איבער די לימודים און משמיע געווען דברי הדרכה און אנגעוואונטשן ברכות קדשו.
אויך איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו הילד אלעזר רוקח ני"ו בן הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א,
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
~🌴~