דינסטאג אמור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג אמור=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף זרע קודש בהנהלת הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע.
ביים אנקומען אין ישיבה איז דער רבי צום ערשט אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' יואל הערש קאהן שליט''א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס.
בהר"ר אלטר טייטלבוים שליט''א.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע פלעגט אריינברענגען א קדושה אין א איד וואס האט מעורר געווען צו תשובה אמיתית, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה,
פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן ראפשיצער רב בעל זרע קודש זי"ע.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען קיין וומ"ס ארום 8:30 איז דער רבי צום ערשט אנגעקומען אין די זאל פון גינת אסתר ווי עס איז פארגעקומען א 'אסיפת שרי האלפים' פאר די אריבער הונדערט עסקנים וועלכע האבן זיך אינטערגענומען אויפצוטרייבן יערליכע גרעסערע סכומים לטובת מוסדות יטב לב צווישן אנשי שלומינו תושבי וומ"ס און ב"פ,
הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה און ארויסגעברענגט די קשר וואס יעדער מאנשי שלומינו דארף פילן מיט מוסדות יטב לב און פארציילט עטליכע פערזענליכע מעשיות איבער די גרויסקייט פון שטיצן מוסדות יטב לב,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, פאר הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד תפילה למשה ב"פ, און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און נאכגעזאגט די ווערטער פון די נעכטיגע אסיפה אין ק"י אז די מטרה פון די אסיפה איז אוועקצושטעלן א פעסטע יסוד פאר מוסדות יטב לב מיט קביעות'דיגע חודש'ליכע נדבות פון אלפי אנשי שלומינו, און מסיים געווען בדברי חיזוק וברכה פאר אלע עסקנים,
דערנאך האבן אויפגעטרעטן דער יושב ראש הר"ר דוד שלמה לאוב שליט"א און הרה"ח ר' שלמה זלמן שפיטצער הי"ו וועלכע האט פארגעשטעלט די סדר הקאמפיין,
דערנאך האבן אלע עסקנים געהאט די געלעגנהייט אריבערצוגיין פערזענליך איבערגעבן די שטר התחייבות און דער רבי האט אנגעוואונטשן יעדעם באזונדער,
דער רבי האט פארלאזט די אסיפה ארום 9:10.
זמני כניסה איז געווען פון 9:15 ביז 1:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הנהלת כולל שומרי החומות אפנעמען ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע דינער השנתי וועלכע קומט פאר דעם דאנערשטאג אויפדערנאכט - פסח שני אין וויליאמסבורג,
דער רבי האט געהערט א באריכט איבער די לעצטערע פעולות,
דערביי האט די הנהלה זיך באדאנקט פאר די דרשה וואס דער רבי האט משמיע געווען בהיכל הכולל בעת די נסיעה דעם ווינטער אין ארה"ק וואס האט געגעבן גרויס חיזוק פארן כולל, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און געציילט ספירה פארן עמוד, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~