מאנטאג אמור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג אמור=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל כייעם הי"ו.
ב"ר יצחק חננאל טייטלבוים הי"ו.
ב"ר יצחק אייזיק יעקב גאלדשטיין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 5:25 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל צום דרשת פתיחת הזמן פאר די אריבער 1,300 תלמידי הישיבה,
דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט דברי הדרכה ומוסר פאר די בחורים לקראת זמן החדש, צווישן אנדערע איבער זיך צושטעלן צו די סדרי הישיבה בפרט מיטן אויפשטיין פארטאגס לערנען פארן דאווענען, און די זעלבע מיט אלע אנדערע זמני וסדרי הישיבה, און זען נישט אוועצוגיין פון ישיבה נאר לצורך גדול, און דער רבי האט מעורר געווען די בחורים איבער גיין אין מקוה יעדן טאג, און אזוי אויך צו לערנען ספרי מוסר וחסידות בקביעות, און ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון די שבתים אין ישיבה, און איבער די דערהויבענקייט פון סעודת רעוא דרעוין, און איבערגע'חזר'ט די תקנה פון רביה"ק נישט צו דרייוון און נישט צו גיין צו חתונות, און שטארק אויפגעפאדערט אז א בחור זאל נישט פארמאגן א אייגענע סעלפאון,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי חיזוק פאר די בחורים בעניני השקפה, און ארויסגעברענגט אז מען דארף זען אויסצוניצן די ימי הבחרות, און איבער די זכי' וואס די בחורים האבן צו לערנען אין די ישיבה פון רביה"ק זי"ע, און דערנאך צוגעענדיגט מיט דברי ברכה,
מען האט געענדיגט ארום 6:15.
נאכן דרשה האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הישיבה,
מען האט געענדיגט ארום 6:40.
ארום 8:10 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון גינת קליין ווי עס איז פארגעקומען די סיום דורך מתמידים אהבת התורה שע"י תלמידי כתה ח' פון אלע סניפים פון מוסדותינו הק',
עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל המתמידים הר"ר ישראל זאב האלפערט שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מלמדים און פאר אלע קינדער,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און געזאגט אז מען ליינט די וואך די פרשה פון אלע מועדים, ווען מען מאכט א סיום מסכת איז אויך א יו"ט, 'עבידנא יומא טבא דרבנן' און דאס איז מען מתפלל 'יגיענו למועדים ולרגלים אחרים' אז מען זאל מסיים זיין נאך מסכתות און עס זאל זיין נאך מועדים,
דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכת קדשו פאר די קינדער המסיימים, פאר זייערע עלטערן און פאר די מרביצי תורה,
דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 8:25.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:50 איז דער רבי אריבער לביתו נאוה קודש אויף צאנז קט ווי עס איז פארגעקומען א 'אסיפת שרי האלפים' פאר די אריבער הונדערט עסקנים וועלכע האבן זיך אינטערגענומען אויפצוטרייבן יערליכע גרעסערע סכומים לטובת מוסדות יטב לב צווישן אנשי שלומינו תושבי ק"י,
עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שלמה זלמן שפיטצער הי"ו וועלכע האט פארגעשטעלט די סדר הקאמפיין, און הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו - מגדולי העסקנים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א - אב"ד ציעשנוב ק"י, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון מוסדות יטב לב ביי רבותיה"ק זי"ע און רצון קדשו אז די מוסד זאל זיך אוועקשטעלן אויף א פעסטע יסוד זאגענדיג אז מען האלט מיט בעפאר די ימים טובים ווי מען דארף צוזאמשטעלן די לעכער וואס בלייבן איבער און הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו ארבעט שווער עס צו שאפן,
דער רבי האט אויסגעפירט אז מען ליינט אין די יעצטיגע פרשה די פרשה פון די מועדים דאס קומט זאגן אז מען שטייט יעצט ביי די ימים טובים און מען דארף אוועקשטעלן א פעסטע יסוד אז די מוסד זאל זיך קענען דעקן חודשליך און מען זאל נישט דארפן קומען מיט אן אלארעם בעפאר די ימים טובים,
דער רבי האט מסיים געווען מיט דברי חיזוק פאר די עסקנים וועלכע גרייטן זיך צו א גרויסע קאמפיין צו שאפן קביעותדיגע גרעסערע נדבות פון אנשי שלומינו און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האבן אלע עסקנים געהאט די געלעגנהייט אריבערצוגיין פערזענליך איבערגעבן די שטר התחייבות און דער רבי האט אנגעוואונטשן יעדעם באזונדער,
ארום 10:15 האט דער רבי פארלאזט די אסיפה און איז צוריקגעגאנגען לביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:20 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר יואל פאסטערנאק שליט"א און הר"ר יעקב שלמה רובינפעלד שליט"א,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' נחום קלאגסברוין הי"ו און הרה"ח ר' יואל פייערווערקער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, און דערנאך ממשיך געווען מיט די זמני כניסה.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מטאלנא בית שמש שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הרה"ק רבי דודל מטאלנא זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן נעכטן מאנטאג י' אייר,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז געקומען אויף א באזוך הרה"צ רבי חיים מאיר קאהן שליט"א - אב"ד תולדות אברהם יצחק ביתר, בן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די באזוך פון חותנו הרה"צ רבי מאיר בראנדסדארפער זצ"ל אינעם בית השחיטה אין קרית יואל, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30,
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן ראפשיצער רב בעל זרע קודש זי"ע, און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד.
~🌴~