דינסטאג תזו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג תזו"מ=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
אין די מיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
אין די נאכמיטאג שעות ארום 2:15 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום בית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו אין איינע פון די שטילע געגענטער אין קרית יואל המורחבת ווי דער רבי וועט וויילן אויף מנוחת הנפש פאר די קומענדיגע וואך צייט.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא,
בעל תפילה: ר' שמשון מיטטעלמאן הי"ו,
ביים זמן ר"ת האט דער רבי געדאווענט מעריב,
בעל תפילה: הב' ישראל ב"ר משה יוסף פריעדלענדער הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
~🌴~