מאנטאג תזו"מ - כ"ו ניסן - יומא דהילולא קדישא פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג תזו"מ - כ"ו ניסן - יומא דהילולא קדישא פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' גרשון שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט הונדערטער אנשי שלומינו און בחורי הישיבות.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק.
דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר פנחס יוחנן ראטטער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד און געדאווענט מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען זענען מכובד געווארן,
פתיחה: הרה"ח ר' שבתי יעקב ווערטהיימער הי"ו.
כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
לוי: הב' הבר מצוה ב"ר שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
שלישי: רבינו שליט"א.
הגבה: נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר פנחס יוחנן ראטטער הי"ו.
צו תהילים איז צוגעגאנגען נכד רבינו הב' יחזקאל שרגא ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק',
מען האט געזינגען ניגוני התעורורות,
דער רבי האט געמאכט די סיום אויף ששה סדרי משנה און געזאגט קדיש,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק זאגענדיג אז מען שטייט שוין היינט ביי די צוואנציגסטע יארצייט, עס איז שוין אריבער צוואנציג יאר - א גאנצע דור פון די פטירה, און ארויסגעברענגט די פעולות פון רביה"ק בעל הילולא זי"ע צו פארשפרייטן אידישקייט, ובפרט זיינע פעולות פאר הרבצת התורה במשך אלע זיינע יארן, אין קערעצקי, זענטא, תיכף נאכן קריג, און אלע יארן אין אמעריקע, סיי פאר בחורים און סיי פאר אינגעלייט, און אזוי אויך זיינע פעולות אויפצושטעלן פרישע דיינים ומורה הוראות, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.
נאכן מסיבת לחיים ארום 12:50 איז רבינו שליט"א ארויף צום ציון הק' אינאיינעם מיט פילצאליגע תלמידי הישיבה ואנשי שלומינו, ווען דער רבי איז אנגעקומען צום בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה ברכת מחיה המתים, דער רבי איז אריינגעקומען אין אוהל הק' און געצינדן פינף לעכט מיט א נשמה לעכט,
דער רבי האט געזאגט די תפלה שלום עליך המיוחס למרן בעל ישמח משה זי"ע, דער רבי איז געווען בעל תפלה, און געזאגט די קאפיטלעך פון צ' ביז ק''ז כנהוג, און געזאגט די יהי רצון און קדיש, און דערנאך געלערענט משניות און געזאגט קדיש,
בשעת דער רבי האט געליינט די קוויטלעך האט מען געזינגן ניגוני התעורורות וואס מען פלעגט צו זינגען בבית מדרשו פון רבינו הק' בעל ההילולא,
דערנאך האט זיך דער רבי משטתח געווען אויפן ציון הקדוש פאר א לענגערע וויילע,
מען האט געענדיגט ארום 1:40.
אין די נאכמיטאג שעות ארום 2:15 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די ברית לבן הנולד אצל ר' אלישע יואל ראזענפעלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק,
נאך די ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל ברית ובני משפחתו, און דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו האט געמאכט די מי שברך כנהוג.
פארנאכטס ארום 8:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול,
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן פינף ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לע"נ אביו רביה"ק זי"ע.
נאך מנחה ארום 8:30 האט זיך דער רבי געוואשן צום עריכת שלחן הטהור וסעודת הילולא ומגבית השנתי לטובת כולל עצי חיים,
נאכן זיך וואשן האט דער רבי געמאכט די סיום הש"ס און דערנאך געזאגט קדיש,
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל', דערנאך האט מען אויפגעגעבן די ווייטערדיגע מאכלים,
במשך די גאנצע טיש האט מען געזינגען ניגוני דביקות וגעגעין וואס מען פלעגט צו זינגען בבית מדרשו פון רבינו הק' בעל ההילולא,
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' ברוך ווייס שליט"א - רב דביהמ"ד קניזשא ומתלמידי בעל הילולא זי"ע.
ארום 9:35 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן די צענטראלע דברות קודש און ארויסגעברענגט אז א צדיק וואס איז משפיע פאר אנדערע אידן האט די הבטחה פון 'כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו' און עס אויסגעשמועסט באריכות במשנתו פונעם בעל הילולא זי"ע,
דערנאך האט דער רבי מאריך געווען און אויסגערעכנט די פעולות לרוב בכל ענינים פונעם בעל הילולא, און דערנאך ממשיך געווען בענינים העומדים על הפרק ובפרט בנוגע קדושת עיר קרית יואל, דירות פרייזן אין קרית יואל, החזקת מוסדות יטב לב וכולל עצי חיים בארה"ק, די שווערע מצב אין ארה"ק סיי בנוגע די מלחמה און סיי בנוגע די גזירה פון גיוס בני ישיבות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
(לחיבת הקודש ברענגן מיר אראפ די פילע דברות קודש כלשונו פון רבינו שליט"א)
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 10:25,
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
"זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל"
~🌴~
=דברות קודש אצל סעודת הילולא כ"ו ניסן תשפ"ו=
-אחר שהאריך בד"ת בענין הרבצת תורה לתלמידים-
די ווערטער זענען פאסיג צו זאגן אויפ'ן טאטן זכרונו לברכה, זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל,
דער טאטע זכרונו לברכה האט מרביץ תורה געווען פון די יונגע יארן עד זקנה ושיבה, נאך אלס יונגערמאן אין קערעצקי און אין זענטא, ווען ער איז געווען רב אין זענטא האט ער שוין געפירט א ישיבה, כולם שוים לטובה, ווי א געטרייער טאטע האט ער מרביץ תורה געווען לרבים, סיי פאר בחורים און סיי פאר בעלי בתים, שיעורי תורה תמידים כסדרן,
ער האט געטון אסאך פעולות, מזכה צו זיין דעם רבים בכל דבר שבקדושה, מיט לימוד התורה, און געטון געוואלדיגע פעולות וואס איז נוגע כשרות, מקוואות, צניעות, געוואלדיגע פעולות מעמיד צו זיין הדת על תילה אין די גאנצע וועלט, סיי אין ארץ ישראל און סיי אין חוץ לארץ,
ער האט געזען אויפצושטעלן בתי מדרשים, מרבה צו זיין שיעורי תורה, בתי חינוך פאר חינוך הבנים, בתי חינוך פאר בנות, כולל אברכים אז יונגעלייט זאלן זיצן אין כולל און זיך משלים זיין אין תורה, מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה מיט וואס איז נאר מעגליך אין אלע ענינים,
ער האט געדרש'נט דרשות, דברי מוסר, מעורר צו זיין אידישע קינדער צו תשובה, און צו מעשים טובים, צו עבודת השם בכל לב ובכל נפש, מחדש געווען חידושים נפלאים אין חידושי סוגיות און הלכה למעשה, די דברי דרוש ואגדה וואס איז געווען דברים השמחים כנתינתן מסיני, ס'איז געווען פקודי ה' ישרים משמחי לב,
די ווארעמע תפילות וואס ער האט געדאוונט, די תפילות יוצאות מן הלב הטהור איז געווען נכנסים ללב פון די אלע וואס האבן מיטגעהאלטן די תפילות, ס'האט מעורר געווען אידישע קינדער צו תשובה,
די געוואלדיגע פעולות און די מלחמת ה' קעגן טומאת הציונות, להבדיל בין הקודש ובין החול ובין הטמא ובין הטהור, צו קומען לעזרת השם בגבורים פאר אחינו בני ישראל תושבי ארצינו הקדושה, וואס זיי זענען נעבעך דארט תחת ממשלת הרשעה, די ממשלת הכופרים בארצינו הקדושה,
ער האט געזען ממשיך צו זיין, מ'זאל שטיצן די אלע ערליכע מוסדות וואס זענען נישט נהנה משולחן איזבל, פון די ממשלת הטמאה,
זיין געוואלדיגע התקשרות צו קרתא קדישא הדין קרית יואל, בלב ובנפש, מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה ברוחניות ובגשמיות, ער האט זיך אליינס געלאזט קאסטן סכומים אדירים דא צו בויען בנינים דא אין קרית יואל,
היינט ביומא דהילולא, דערמאנט מען זיך אלע זיינע מעשים טובים, זיינע געוואלדיגע פעולות לטובה, ליחיד ולכלל, ער איז געווען א געטרייער טאטע, א רחמנות'דיגער טאטע, פאר יעדן יחיד ויחיד, ס'האט אים וויי געטון די צער פון יעדן איינציגן איד, און ער האט זיך געפרייט מיט די שמחה פון יעדן איינציגן איד,
די געוואלדיגע געלטער וואס ער האט אויסגעטיילט לכל מרי נפש, זיין גאנצע שכירות וואס ער האט באקומען פון קופת הקהל האט ער אויסגעטיילט פאר ארימעלייט אלמנות און יתומים, און אזוי האט ער געשאפן געוואלדיגע סכומים סיי אין ארץ ישראל און סיי דאהי,
זיינע ווארעמע הייליגע תפילות וואס ער האט מתפלל געווען פאר אידישע קינדער וואס זענען געקומען בצל קורתו נאך א ישועה, ער האט גע'פועל'ט ישועות פאר אידישע קינדער,
איז זיכער, אזוי ווי די גמרא זאגט אויף משה רבינו, מה כאן עומד ומשמש, אף שם בעולם העליון איז ער עומד ומשמש און איז מתפלל בעדינו ובעד כל ישראל.
=די שטאט קרית יואל=
איך וויל רעדן אביסל דא איבער די שטאט קרית יואל,
דער פעטער זכרונו לברכה האט מייסד געווען די שטאט קרית יואל, ער איז אוועקגעגאנגען אין די מרחקים, ווייט פון יעדן ישוב, אפילו פון א ישוב וואו עס האבן געוואוינט אידן, ער איז געגאנגען אין א ארץ לא זרועה, ווייל רצון קדשו איז געווען אויפצושטעלן א ישוב צו זיין מיוחד "נאר" פאר זיינע תלמידים און אנשי שלומו וואס זיי גייען בדרכיו אין אלע ענינים,
ס'איז דא אסאך קהילות קדושות בישראל וואס זענען אונטער פארשידענע רבנים, פארשידענע רבי'ס, ערליכע קהילות, אבער מיט אנדערע השקפות, פון זיי האט ער אויך געוואלט אוועקגיין, ער האט געוואלט זיין עקסטער אפילו פון די אנדערע חסיד'ישע קהילות, ער האט געוואלט זיין קהילה זאל זיין אויף אן עקסטערן מקום, פאר די וואס גייען בדרכיו אן א שום שינוי, דאס איז ידוע פאר יעדן איינעם,
וועגן דעם איך קען נישט פארשטיין ווי קומען חסידים פון אנדערע הויפן, וואס זיי האבן אנדערע השקפות, קומען און טוען פעולות זיך צו באזעצן אין קרית יואל, אדער אין קרית יואל המורחבת, אין די גלילות פון קרית יואל, דאס איז קלאר קעגן דעת קדשו, און איך וויל ווארענען יעדן איינעם וואס האט א חלק אין דעם "הזהרו בגחלתו"!
דער פעטער זכרונו לברכה איז עומד על המשמר, און ער קוקט זיך אום אויף קרית יואל, ער האט א קורת רוח פון די הצלחה פון קרית יואל, ווי ס'בליעט קרית יואל, און יעדע נייע שכונה וואס ס'בויעט זיך דא, די התנהגות פון די איינוואוינערס פון קרית יואל איז אים א קורת רוח אויב מ'פירט זיך ווי ער האט געלערנט, און ער האט א גרויסע הקפדה אויף ווער ס'טוט א פעולה אריינצומישן דא תושבים מיט אנדערע השקפות, אפילו זיי זענען יראי ה' אין אנדערע ענינים,
און איך פרעג, ווער האט נישט מורא פאר די הקפדה?
=די תקנות פון דירות פרייזן אין קרית יואל=
דער טאטע זכרונו לברכה, זכותו יגן עלינו, האט געטון געוואלדיגע פעולות פאר די הצלחה פון קרית יואל, אונז האבן מיר אויך זוכה געווען אביסל צו גיין אין זיינע דרכים, בעזר שמו יתברך האבן מיר געטון פעולות לטובה וואס איז נוגע דירות, קויפן א דירה דא אין קרית יואל,
מ'האמיר געמאכט אביסל סדר אויף די פרייז פון קויפן א דירה דא אין שטאט, מען זאל נישט צאלן מער ווי דריי הונדערט דאלאר פאר א סקווער פיס, געלויבט דעם הייליגן באשעפער, אונז האב מיר געהאט הצלחה אין דעם, ס'איז שוין פארקויפט געווארן הונדערטער דירות אויף דעם פרייז, איך מיין אז ס'איז צו די צופרידנהייט פון אלע תושבים פון קרית יואל, דאס האט גורם געווען אז די פרייז פון דינגען א דירה איז אויך געפאלן, און אידן קומען צו צו דירות, הן צו קויפן און הן צו דינגען, אויף א נארמאלע פרייז וואס יעדער קען זיך עס ערלויבן,
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, וועלן מיר אונז שטיין על המשמר אין עתיד, מחזק זיין די תקנה בכל תוקף ועוז, און במציאות יעצט, ס'איז דא הונדערטער עדות אויף דעם, די פרייז פון די דירות דא אין קרית יואל, אפילו אין צענטער פון קרית יואל, גייט פאר דריי הונדערט דאלאר א סקווער פיס,
איך וויל יעצט רעדן צו די קבלנים, די בויערס פון די דירות, און די וואס פארקויפן די דירות, די מעקלערס, מען זאל נישט צו העכערן די פרייז, מען זאל נישט זיין א מייקר השער, מער פון די פרייז וואס אונז האב מיר געזאגט, דריי הונדערט דאלאר א סקווער פיס, דאס איז נוגע דא אינעווייניג אין קרית יואל,
אין קרית יואל המורחבת, איז די קרקע ביליגער, ממילא דארף די פרייז צו קויפן א דירה אויך זיין ביליגער, דארט איז גענוג צו צאלן צוויי הונדערט און פופציג דאלאר א סקווער פיס, און מ'מאכט נאך אסאך געלט פאר די פרייז אויך,
איך וויל אויסזאגן א סוד: אין קרית יואל המורחבת האט מען געבויט אסאך הייזער, די והותר, ס'איז דא זייער אסאך הייזער צו קויפן, און ס'איז נישטא אזויפיל קונים, ממילא, מ'קען אראפקלאפן די פרייז פאר ווייניגער ווי צוויי הונדערט און פופציג דאלאר, אויב מ'זאל האבן גענוג שכל און פארשטאנד, ווען מען אראפדריקן די פרייז פאר צוויי הונדערט דאלאר א סקווער פיס, און מ'וועט נאך אלס מאכן אסאך געלט,
מ'דארף נאר האבן שכל, צוזאמנעמען די כוחות און זאגן מ'צאלט נישט מער, די מוכרים שטייען מיט די דירות, זיי האבן נישט וואס צו טון מיט די דירות, ס'קאסט יעדן חודש אינטערעסט, מען וועט מוזן נאכלאזן די פרייז, אז מ'צאלט מער, מאכט מען פאר זיך אליין שאדן און פאר אנדערע אידן אויך,
בכלל דארף מען צו וויסן, ווען מ'טראכט פון א דירה אין קרית יואל מורחבת, די שטייערן אינדרויסן אויף יעדע דירה איז סאך העכער ווי אין קרית יואל, אינדרויסן קאסט פינף און צוואנציג טויזנט דאלאר א יאר שטייערן פאר א נייע דירה, דאס איז סאך מער ווי אין קרית יואל,
=אכטונג געבן אויף די קדושה פון קרית יואל=
יעדער איינער ווייסט, ס'איז נישט קיין סוד, די פרייז פון דירות אין שטאט ניו יארק, סיי אין וויליאמסבורג און סיי אין בארא פארק, און אויך די פרייז פון א דירה אין קרית יואל, די גרויסע חילוק, די גרויסע דיפערענץ, אבער איך וויל דא ארויסברענגען א נקודה: דאס מיינט נישט ווייל אין קרית יואל איז ביליגער א דירה ווי אין שטאט, אז קרית יואל איז אן עיר מושב פאר'ן גאנצן יהדות החרדית פון אלע קרייזן וואס רופן זיך אזוי "כלל חסידי", ס'האט באקומען אזא נאמען,
מ'דארף אכטונג געבן קרית יואל זאל נישט אויסזען אזוי ווי מאנסי, אין מאנסי איז דא זייער חשוב'ע תושבים, זייער ערליכע אידן, תלמידי חכמים, יראי השם, יראים ושלמים אויפ'ן העכסטן אופן און אויפ'ן שענסטן אופן, אבער אין דער זעלבער צייט איז דארט דא קבוצות פון קלים וריקים, רחמנא ליצלן, ס'איז נישטא דארט קיין שום כח הנהגה, א רבנישע הנהגה, וואס זאל עמיצן זאגן פארוואס טוסטו דאס, פארוואס פירסטו דיך אזוי, ס'איז אינגאנצן נישטא, ס'איז אן הפקרות אין אלע תחומים, און ס'ברענגט א געוואלדיגע ירידה פאר אסאך משפחות בכל הקדוש לנו,
מ'קען נישט שווייגן ווען מ'זעט אז ס'איז דא אזעלכע מענטשן וואס "רבי זכרונו לברכה איז בגרונם, און חרב פיפיות בידם" אויף קדושת קרית יואל, סיי אין קרית יואל און סיי אין קרית יואל המורחבת, זיי טוען פעולות חשאית אונטער'ן טיש אריינצוברענגען פארשידענע תושבים פון פרעמדע קרייזן וואס זיי האבן א פרעמדע השקפה פון וואס דער פעטער זכרונו לברכה האט אונז געלערנט, ס'איז נישטא קיין תירוץ וואס מ'זאל קענען פארענטפערן די קשיא.
איך וויל רעדן אפאר ווערטער צו אחינו בני ישראל תושבי ברוקלין, די וואס זיי געפינען זיך נישט דא אין בית המדרש, פון אנדערע קרייזן, יעדער איינער ווייסט די פרייזן פון דירות אין שטאט,
איך וויל זאגן א ביישפיל, מ'האט אין וויליאמסבורג געבויט הונדערטער דירות, א פרייז קרוב צו טויזענט דאלאר א סקווער פיס, ס'איז געווען אידן וואס זיי האבן געפילט אז זיי זענען אביסל בעלי יכולת, מ'האט זיך אנגעשטרענגט, און מ'האט געקויפט טייערע דירות פאר טייער געלט, נאכ'ן קויפן איז מען אויף איינמאל געוואר געווארן אז מ'דארף באצאלן שטייערן אויף די דירה דרייסיג, פערציג טויזנט דאלער א יאר, דאס מיינט צו זאגן דריי טויזנט דאלער א חודש שטייערן אויף די דירה, אויסער'ן מארגעדזש, ס'איז דא אידן וואס זיי האבן געלאזט פארפאלן גיין דאס געלט וואס מ'האט איינגעצאלט פאר די דירה, זיי זעען מ'קען נישט, ס'איז אוממעגליך דאס צו באצאלן,
א ענליכע זאך האט פאסירט דא אין קרית יואל המורחבת, מ'האט געקויפט דירות פאר א געוויסע פרייז, נאכדעם איז מען געוואויר געווארן אז מ'דארף באצאלן שטייערן אויף די דירה פינף און צוואנציג אלפים, דאס איז שוין א ביסל העכער די מעגליכקייטן, מ'האט נישט געוואוסט דאס פריער, און קיינער האט עס נישט פארציילט פריער, דער מוכר האט עס נישט פארציילט, דער מעקלער האט עס נישט פארציילט, יעדער זוכט צו מאכן געלט,
איך פיל א חוב מודיע צו זיין פאר די וואס קויפן דירות אין די פראיעקטן אין קרית יואל המורחבת, מ'זאל וויסן דעם אמת לאמיתו, ס'איז נישטא קיין וואסער אין די געגנט אויסער קרית יואל, פאר די נייע הייזער וואס מ'בויעט, איז נישטא קיין וואסער, אן וואסער איז נישטא קיין דירה, מ'זאגט פארשידענע זאכן, וואס מ'פארציילט איז חלומות, דמיונות, מ'וועט זיך געוואויר ווערן א פאר יאר ארום ווי מ'האלט, ביז מ'וועט טרעפן א לעזונג פאר'ן פראבלעם פון וואסער וועט אדורכגיין יארן לאנג, ווער ס'קען און ווייסט וואס מיינט האנדלען מיט אלבאני און מיט די רעגירונגס אגענטורן ווי לאנג מ'באקומט עפעס אן ערלויבעניש, וואס דאס מיינט,
איך וויל זאגן, ווער ס'געבט אן איינגאבע געלט, הניח מעותיו על קרן הצבי, איך פיל א פליכט דאס צו זאגן, ווייל נאכדעם דערזעט מען זיך אז מ'האט נישט צו וועם צו רעדן,
אבער איך וויל זאגן אין שבח פון קרית יואל המורחבת, ברוך השם, ס'ווערט שענער און בעסער, דער כח הקדושה ווערט פארגרעסערט, עס קומען צו נייע בתי מדרשות, חשוב'ע תושבים יראי השם, מ'זעט אן א גרויסע שינוי גדול בכמות ובאיכות,
ס'איז דא דארט חשוב'ע עסקנים, איבערגעגעבענע עסקנים, וואס זיי ארבעטן בלב ובנפש צו פארשטערקערן דעם כח הקדושה, און דעם כח הצניעות, אויפשטעלן בתי מדרשות פאר אנשי שלומינו, און אז ס'איז דא א בית המדרש פאר אנשי שלומינו, א חסיד'יש בית המדרש וואס פירט זיך אזוי ווי דער וועג פון קהלתינו הקדושה, איז דאס משפיע צו גוטן אויף די גאנצע שכונה, אויף די גאנצע געגנט, איך וויל זיי וואונטשן גרויס הצלחה, און זיי זענען ווערט אז מ'זאל זיי ארויסהעלפן אין זייער ארבעט.
איך וויל צוריקקומען צו דעם ענין וואס איך האב גערעדט צו די שטאטישע אידן, איך ווייס די גרויסע פראבלעם מיט דירות אין שטאט, און די הויכע פרייזן וואס א נארמאלער מענטש, נישט יעדער קען דאס באצאלן,
איך וויל זאגן פאר די אידן, די שטאטישע אידן, אפילו נישט מאנשי קהלתינו, איך האב געהאט א דעלעגאציע פון די שטאט מאנטיסעלא, עסקנים, וואס קויפן לאנד אויף צו בויען, היינט צו טאג אין מאנטיסעלא וואוינען שוין אכציג משפחות יראים ושלמים, חסיד'ישע אידן, ס'איז שוין דא דארט בתי מדרשות, א תלמוד תורה, א בית חינוך לבנות, ס'איז דא א מקוה, דארט איז דא קבלנים וואס זיי בויען, און זיי האבן מיר געברענגט, זיי האבן פארטיג פון די רעגירונג אלע רשיונות, אלע פערמיטן ווי מ'רופט עס, צו בויען נייע דירות, ממש גאנצע גאסן, ס'איז דא פערטיגע ערלויבענישן וואס מ'קען שוין אנהייבן צו בויען, דריי הונדערט דירות אין מאנטיסעלא פאר צוויי הונדערט דאלאר א סקווער פיס! איך זאג עס נאכאמאל, מ'קען האבן אין מאנטיסעלא א דירה פאר צוויי הונדערט דאלאר א סקווער פיס, און זיי זאגן זיי מאכן געלט אויך, מ'קען האבן א דירה פון פינף שלאף שטיבער מיט א בעיסמענט פאר אפאר הונדערט טויזנט דאלאר,
אידן ווייסן דאס נישט, מ'לעבט אזוי פארקלעמט, איינגעצוימט, איך זע נישט ס'זאל זיין א סיבה היינטיגע צייטן, מ'קען ארבעטן פון דער ווייטנס, לויט די היינטיגע טעכניק, פארוואס זאלן נישט אידן זיך ארויסציען? איך רעד אידן פון אלע קרייזן,
די שטאט מאנטיסעלא האט א גרויסע צוקונפט, א גרויסע עתיד, ס'איז סמוך ונראה צו עקזיסטירנדע חסידישע ישובים, יעדער איינער ווייסט, רינגס און ארום מאנטיסעלא איז שוין דא היינט, דער קרייז האט הונדערט משפחות, דער קרייז האט הונדערט משפחות, ס'איז דא פארשידענע קרייזן וואס וואוינען שוין היינט דארט,
אונזער קהילה, אונז ווארט מיר אויך צו באקומען ערלויבענישן, אונז האפן מיר אויך צו בויען אין מאנטיסעלא צוויי הונדערט דירות פאר צוויי הונדערט דאלער א סקווער פיס, אונזער קהילה וויל בויען אין מאנטיסעלא פאר צוויי הונדערט דאלער א סקווער פיס, אויסער דעם, איז דא איינער מאנשי שלומינו וואס האט אויך דארט אין שכנות, און ער גייט בויען זיבן הונדערט דירות צו פארדינגען, צו פארדינגען פאר נישט צו טייער,
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, וועט זיין דארט א שטארקער אידישער ישוב פון יראים ושלמים,
וויל איך ממליץ זיין פאר די אלע שטאטישע אידן וואס פלאגן זיך איבער דירות, די אידן רופן זיך "כלל חסידי", מ'קען זיך אריבערציען קיין מאנטיסעלא, און איך וויל וואונטשן גרויס הצלחה פאר די אלע אידן וואס וועלן גיין וואוינען קיין מאנטיסעלא, און איך וויל זיי בעטן נישט קיין קרית יואל!
=מוסדות יטב לב=
די ערשטע פון אלע צדקות
דער טאטע זכרונו לברכה איז געווען איבערגעגעבן פאר די מוסדות יטב לב בארצינו הקדושה,
געלויבט דעם הייליגן באשעפער, מיר האבן זייער א שיינע קהילה, א קהילה נאה וחשובה, אין ירושלים, אין בני ברק, און אין בית שמש,
ווי מען ווייסט און ס'איז ידוע, די מוסדות זענען געווען ביים פעטער זכרונו לברכה דאס טייערסטע פון זיין פארמעגן, פון אלע זיינע מוסדות איז דאס ביי אים געווען די הייליגסטע, און ער האט געזאגט, מוסדות יטב לב איז די ערשטע צדקה פאר אלע צדקות, אזוי אויך דער טאטע זכרונו לברכה, כל ימיו האט ער געטון געוואלדיגע פעולות לטובת מוסדות יטב לב,
ס'טוט אביסל וויי, אז ביי אנשי שלומינו איז דא אביסל חסרון הבנה, מ'פארשטייט נישט וואס ביי אונז דארף צו מיינען מוסדות יטב לב, ס'פעלט א חסרון הבנה איבער דאס חשיבות פון מוסדות יטב לב,
וועגן דעם וויל איך זאגן דא פאר כל אנשי שלומינו, די דביקות פון אנשי שלומינו אין פעטער זכרונו לברכה, דער מייסד פון דעם מוסד, און פון טאטן זכרונו לברכה, איז תלוי מיט'ן שייכות וואס מ'האט מיט מוסדות יטב לב, ווי ווייט די מוסדות זענען ביי אים חשוב,
און באמת ליגט א גרויסן פליכט אויף יעדן איינציגן איד מאנשי שלומינו צו געבן א נדבה חשובה יעדעס יאר!, א בעל הבית לכל הפחות טויזנט דאלער א יאר, והמוסיף מוסיפין לו מן השמים,
=כולל עצי חיים=
איך וויל דערמאנען לטובה דעם כולל עצי חיים אין בני ברק, וואס דער טאטע ז"ל האט דאס מייסד געווען על שם אביו זכרונו לברכה, ס'ווערט געפירט היינט צוטאג דורך אחי החשוב הרה"צ ר' שלום אליעזר זאל זיין געזונט, ער איז דער נשיא פון דעם כולל, ער איז נושא בעול בלב ובנפש ובמסירות יתירה, און דברי תורה צריכין חיזוק מ'זאל מחזק זיין דעם כולל.
=מצב המלחמה בארה"ק=
דער מצב אין ארץ ישראל פון די מלחמה דארף מען נישט זאגן, יעדער איינער האלט מיט, איז נורא ואיום, אידן אין ארץ ישראל קוקן ארויס אויף רחמי שמים מרובים, מ'קען דאס נישט פארשטעלן דער צער, די פחדים וואס ארץ ישראל אידן מאכן מיט מידי יום ביומו, ביי טאג און ביי נאכט. וואס דאס מיינט, וואס דאס שאדט פאר'ן געזונט ברוחניות ובגשמיות, השם ירחם., אידן דא אין אמעריקע קענען זיך דאס נישט פארשטעלן וואס דאס מיינט, וואס אידן מאכן מיט אין ארץ ישראל,
דער אייבערשטער זאל העלפן זיי זאלן שוין האבן מנוחה, השם יאמר לצרות ישראל די,
מ'שטייט און מ'קוקט יעצט נאך פסח, ס'גייט זיין ל"ג בעומר, יעדער איינער ווייסט וואס ל"ג בעומר זעט אויס אין ארץ ישראל, מ'קוקט ווי אזוי וועט זיין, מ'האט נישט קיין השגה, השם ירחם.
=גזירת גיוס בני הישיבות=
דער מצב פון גיוס בני הישיבות אין ארץ ישראל איז גארנישט בעסער געווארן, נאר ערגער געווארן, די רעליגיעזע פארטייען אלע, די ספרד'ישע, די אשכנז'ישע, די ליטווישע, די חסיד'ישע, האבן די לעצטע פאר יאר געשריגן מיט קולי קולות, ווי זיי ארבעטן און זיי קעמפן און זיי טוען, מ'גייט אזוי טון, מ'גייט אהער, מ'וועט זיך נישט לאזן, אלעס האט קאפיטולירט פאר אפאר טאלער, פאר געלט האבן זיך אלע צוגעשטעלט,
יא, נישט היינט, מארגן וועט זיין, קודם זאל מען געבן געלט, און נאכדעם וועלן מיר שוין מארגן זען, פון מארגן ווערט איבערמארגן, פון איבערמארגן איז געווארן נאך א יאר, און נאך א יאר, ס'איז אדורך א שיינע פאר יאר, גארנישט, און יעצט אלע האבן זיי געשטימט פאר'ן בודזשעט ווייל מ'האט געגעבן געלט, און הכל על מקומו יבוא בשלום, און די גזירת הגיוס שטייט,
דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף די אידישע קינדער אין ארץ ישראל, אז די ישיבות מיט די כוללים זאלן קענען אנגיין אומגעשטערט פון די רשעים, און דער אייבערשטער זאל העלפן אז די כח התורה והקדושה אין די גאנצע וועלט זאל שטייגן און וואקסן און בליען, לרומם קרן התורה, צו מאכן א נחת רוח פאר'ן הייליגן באשעפער.
=ברכת הקודש=
ביומא דהילולא היינט פונעם טאטן זכרונו לברכה זכותו יגן עלינו, האבן מיר געשמועסט, ער איז עומד ומשמש און ער איז מתפלל פאר אידישע קינדער, זאל דער אייבערשטער העלפן אז די אלע תפילות וואס מ'האט מתפלל געווען היינט אויפ'ן ציון, זאל דער אייבערשטער העלפן אז ס'זאל נתקבל ווערן ברחמים וברצון, און ער זאל זיין א מליץ טוב פאר אידישע קינדער, אז זיי זאלן האבן ישועות און רפואות אין אלע ענינים, ברכות פאר אידישע קינדער, צו אידן דארפן געהאלפן ווערן מיט קינדער, אידן דארפן געהאלפן ווערן מיט פרנסה, ס'זאל זיין פרנסה בהרחבה גדולה, אידן דארפן רפואות און ישועות פאר חולי ישראל, אידן דארפן טון גוטע שידוכים פאר זין און פאר טעכטער, דער אייבערשטער זאל העלפן הצלחה מרובה אין אלע מעשה ידיהם, תענוג ונחת, ערליכע לעכטיגע אידישע דורות, ביז דער אייבערשטער וועט העלפן מיר זאלן זוכה זיין און מקבל זיין די גאולה השלימה במהרה בימינו אמן.