זונטאג תזו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג תזו"מ=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא בר"י קויפמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע.
דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
ב"ר יחזקאל קרויס הי"ו.
ב"ר מיכל וויינגארטן הי"ו.
ב"ר משה חיים ווידער הי"ו.
ב"ר יעקב מאיר סרוגא הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים רבתי בהיכלי הפאליש לרגל די יומדה"ק,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי פארציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון ר' שלום יואל פריעד הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די ברית'ן לתאומים הנולדים לו למז"ט ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל,
נאך די ברית'ן איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר ר' שלום יואל הי"ו ובני משפחתו,
דערנאך האט הרה"ח ר' משה יוסף ברא"ש פריעדלענדער הי"ו געמאכט די מי שברך כנהוג.
ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע.
זמני כניסה איז געווען פון 8:45 ביז 2:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי מרדכי אייזען שליט"א - אדמו"ר מליזענסק ב"פ,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די לעצטערע שבתים און מעמדים וואס האדמו"ר מליזענסק שליט''א האט געפראוועט בתוככי ישיבות קטנות אין ק"י און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה הר"ר שמואל שלמה טעללער שליט"א און הר"ר יצחק מיטטעלמאן שליט"א מוצאי לאור פון ספר 'ומשה היה רועה' לרגל דאס איבערדריקן די ספר לכבוד די צוואנציגסטע יומדה"ק פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מעיין געווען א לענגערע צייט אין די פרישע צוגעלייגטע קאפיטלעך אינעם ספר און פארציילט פרישע זכרונות פונעם מר אביו רביה"ק זי"ע, און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין די בחורים עסקנים פון חבורת 'לגיון של מלך' וועלכע זענען זיך מקבל קבלות טובות בעניני טעכנעלאגיע,
דער רבי האט געבענטשט די מטבעות וועלכע וועלן ווערן פארטיילט פאר די הונדערטער בחורים וועלכע זענען אנגעשלאסן אין די חבורה, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו און פארטיילט מטבעות פאר די עסקני החבורה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50,
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון מר אביו רביה"ק זי"ע.
נאך מעריב האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~