שבת קודש פרשת שמיני - מבה"ח אייר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת שמיני - מבה"ח אייר=
ארום 8:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:40.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול צד צפון.
די חלות האבן געהאט א צורה פון א שליסל כנהוג.
אין די זופ איז געליגן קניידלעך און מען האט אויפגעגעבן מצה כנהוג צווישן פסח און שבועות.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרב אלחנן חיים טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א.
מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש כיון שראה איוב מיתת בני אהרן אמר על זאת יחרד לבי און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון ארץ ישראל מוחזקת לאבותינו.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פאר א לענגערע צייט פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע לרגל די יומדה"ק וואס געפאלט דעם מאנטאג כ"ו ניסן.
קה רבון עלם: נכד רבינו הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי הרה"ח ר' אהרן יוסף בערגער הי"ו.
אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:20.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א.
כהן: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א מספינקא.
לוי: הב' הבר מצוה בהר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א.
שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
רביעי: בעל שמחה נכד רבינו הר"ר משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל: לאה רילא ע"ש די באבע הרבנית מסיגעיט ע"ה.
חמישי: הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל ר' יואל זיאד הי"ו.
שביעי: הר"ר יואל ברי"ש וויינבערגער שליט"א.
אחרון: הרה"ח ר' אהרן יוסף בערגער הי"ו.
מפטיר: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' ראובן מאלח הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' מנחם ביקסנשפאן הי"ו - לאנדאן.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וועלכע געפאלט מאנטאג כ"ו ניסן.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו - משמש.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא בהיכל הביהמ"ד צד צפון,
דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הר"ר משה מייזליש שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז אויב מען איז עוסק בפרו ורבו איז מען חושש אויף קיום העולם, איז הקב"ה זיך אויך נוהג מיט אים די זעלבע און איז חושש אויף קיום העולם און איז משפיע השפעות טובות, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו,
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
ארום 6:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו פרקי אבות,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק א' משנה א' 'כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא' און אויפן מדרש 'הים ראה וינוס',
דער רבי האט עס אויסגעטייטשט אויף פילע מהלכים בדרך דרוש ואגדה,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בדברי מוסר אז כלל ישראל האט א דין הקדש און דארף זיך פירן ווי עס פאסט זיך פאר הקדש אפילו ווען עס איז שווער, ובפרט בנוגע דאווענען ליל שבת פרי ביים זמן, און בנוגע גיין אנגעטוהן מיט א בעקיטשע ביי די סעודת שבת און אינטערן קיטל ביים סדר און יום הקדוש,
דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב און געזאגט אז מען שטייט נאך אין חודש ניסן און מען האפט אז בניסן נגאלו ובניסן עתידין להגאל,
דער רבי האט געענדיגט ארום 7:50 און אריין לחדרו הפרטי.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:15.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ירחמיאל זאב פריעד הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אלכסנדר ברא"י עקשטיין הי"ו - לאנדאן.
כהן: הרה"ח ר' יואל בר"ד קאהן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' אלישע יואל ראזענפעלד הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' שלמה שעהנברוין הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק זה הדבר אשר צוה ה' תעשו און ארויסגעברענגט אז פונקט ווי ביי א מקוה זאגט מען אז עס איז מטהר אין איין רגע אפילו פון א טומאה וואס גייט שוין אן א לאנגע צייט, אף הקב"ה מטהר את ישראל און ווען א איד האט א הרהור תשובה אמיתיות איז אים הקב"ה מטהר פון אלע עבירות וואס ער האט געטוהן, און אפילו אויב מען זינדיגט ח"ו נאכאמאל אפילו כמה פעמים איז אים הקב"ה אויך מטהר ווען מען טוט תשובה, און מען טאר זיך נישט לאזן ווערן איבערגערעדט פונעם יצר הרע וואס פרובירט איינצורעדן אז מען איז שוין פארפאלן, נאר מען דארף זיך שטארקן און וויסן אז עס איז אלץ דא א וועג ארויס אין יעדע מצב וואס מען געפינט זיך.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: נכד רבינו הר"ר משה מייזליש שליט"א.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:20.
~🌴~