ימים הראשונים של חג הפסח תשפ"ו בצל הקודש של כ"ק מרן רבינו שליט"א
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=ימים הראשונים של חג הפסח תשפ"ו בצל הקודש של כ"ק מרן רבינו שליט"א=
ארום 8:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה, און צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה האט מען געזאגט די סדר הקרבת קרבן פסח.
צו מערבית איז צוגעגאנגען הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט בהתלהבות אש ובהתעורורות רב.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:45.
דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוט יו"ט', און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
פארן סדר האט דער רבי פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך,
ארום 10:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום סדר אינעם זאל בביתו נאוה קודש מעוטף מיטן טלית און קיטל און זילבערנעם קאפל,
עס האבן מיטגעגעסן במשך ביידע נעכט אריבער דריי הונדערט חתנים מתלמידי ישיבתינו הק' פון איבער די גארער וועלט,
דער רבי האט צוגעטרעטן צום סדר מיט א דביקות ושמחה של מצוה, דער רבי האט מסדר געווען די קערה און פארגעזאגט 'קדש' בקול נעים אויפן נוסח המקובל פון רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע.
דער רבי האט געזאגט תורה און דערנאך זיך אויפגעשטעלט צו קידוש,
הגבהת הכוס: נכד רבינו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א,
דער רבי האט געזאגט די הננו מוכן פארן ערשטן כוס ברגש אש שלהבת קודש אויפן נוסח ההגדה, און געמאכט קידוש בקול רם, און געטרונקען בהסיבת שמאל.
דערנאך האט דער רבי געהייסן די בחורים מאכן קידוש כנהוג בליל הסדר.
במשך די סדר האט דער רבי משמיע געווען 19 מאל דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויף: קדש, כרפס, יחץ, הא לחמא עניא, השתא הכא, עבדים היינו, מעשה בר' אליעזר, ברוך המקום, חכם מה הוא אומר, רשע מה הוא אומר, יכול מראש חודש, ואתן ליצחק, חשב את הקץ, והיא שעמדה, בדמיך חיי, ר' יוסי הגלילי אומר, ברך, כוס רביעי, שפוך חמתך.
דער רבי האט געזאגט די הננו מוכן פאר מצות סיפור יציאת מצרים מיט א ברען, אויפגעדעקט די מצה, און פארגעזאגט די הגדה ברגש אש קודש במתינות מילה במילה בקול רם, און די בחורים האבן מיטגעזאגט שטילערהייט.
פאר מה נשתנה האט דער רבי צאמגעקלאפט ביידע הענט כמנהג אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע כמנהג בעלזא.
ביי מה נשתנה האבן געפרעגט די קשיות אלע אייניקלעך צוזאמען,
ביי דם ואש ותמרות עשן און ביי די עשר מכות האט דער רבי אראפ געגאסן וויין פונעם בעכער כנהוג, און אויסגעווארט ביז מען האט עס ארויסגעטראגן.
נאך די צווייטע כוס האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און אויסגעטוהן די טלית און זיך געוואשן,
דער רבי געזאגט די הננו מוכן און געמאכט די ברכת המוציא און על אכילת מצה מיט גרויס דביקות און געגעסן די כזיתים בהסיבת שמאל.
ביי מרור האט דער רבי איינגעטונקען שאלאטן אין חרוסת אין געזאגט די הננו מוכן און די ברכה על אכילת מרור און געגעסן די כזית מרור, און דערנאך די כזיתים מצה ומרור ביי כורך,
ביי שלחן עורך האט דער רבי געגעסן בלויז א שטיקל אייער כנהוג, און תיכף געהייסן אריינברענגען די אפיקומן און געזאגט די הננו מוכן מיט א ברען און געגעסן די אפיקומן פאר חצות, די אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורך נכד רבינו הב' יחזקאל שרגא ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א,
דער רבי האט געוויזן פארן עולם צו עסן רואיג די גאנצע סעודה,
מען האט אנגעגאסן די כוס צום בענטשן, דער רבי האט זיך געוואשן מים אחרונים און געבענטשט אויפן כוס,
דערנאך האט מען אנגעפילט די כוס של אליהו און מען האט געעפענט די טיר,
דער רבי האט געזאגט תורה און דערנאך געזאגט שפוך חמתך מיט גרויס התעורורות, נאך שפוך חמתך האט מען אנגעפילט דעם רבינ'ס כוס פונעם כוס של אליהו, און מען האט ארויפגעשיקט שיריים פונעם כוס של אליהו פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט מען ממשיך געווען באמירת הלל מיט גרויס התעורורות בפרט ביי נשמת ווי דער רבי האט מאריך געווען בבכיות,
מען האט געזינגען די פיוטים פון ויהי בחצי הלילה און ואמרתם זבח פסח מיטן ניגון פון אזמר בשבחין, און דערנאך פארגעזעצט מיט אדיר במלוכה במתינות הויך אויפן קול.
נאכן פערטן כוס האט מען ממשיך געווען מיט די פיוטים פון כי לו נאה, און אדיר הוא, און אחד מי יודע, און חד גדיא,
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן א גוט יו"ט און איז ארויף לחדרו הפרטי.
מען האט געענדיגט די סדר ארום 3:45.
=יום א' דפסח=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפלת שחרית ארום 11:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק,
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית און אמירת הלל.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: נכד רבינו הר"ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט און הרב נפתלי צבי הורוויץ שליט"א, בן האדמו"ר מבית יצחק ד'ספינקא שליט"א.
פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' ישראל משה לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יצחק פנחס גלאנצער הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יואל ברי"א לעווי הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' משה יוסף בר"מ הירש הי"ו - וומ"ס.
רביעי: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו.
חמישי: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי געמאכט א מי שברך וקריאת השם לבת הנולד אצל,
ר' מרדכי פריעדמאן הי"ו.
ר' ישראל וואלף זאבעל הי"ו.
ר' נתן נטע ברי"ע מארקאוויטש הי"ו.
ר' אהרן ברא"ה וויינבערגער הי"ו.
ר' שמעון ישראל ליכטענשטיין הי"ו.
הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' אהרן בר"א ניישטאדט הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' אהרן וואלף פאלאטשעק הי"ו.
נאכן ליינען איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אנגעטוהן די קיטל און זילבערנעם קאפל, דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געבענטשט טל מיט גרויס התעוררות,
מיט פתיחת הארון פאר טל איז מכובד געווארן הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מאיר סימאן הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 2:50.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' קלמן אליעזר ב"ר שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב קאפיל בר"מ סימאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני יו"ט,
מיט די פיוט פון ברח דודי האט דער רבי מכבד געווען הבה"ח אשר זעליג ב"ר חיים ישראל קלאגסבאלד הי"ו - לאנדאן,
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק והגדת לבנך און ארויסגעברענגט אז מצה איז משפיע אהבת השם און דאס ברענגט אז מען זאל קענען זוכה זיין צו תשובה מאהבה.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א - לאנדאן, בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 4:45.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:10.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מיט א אפיעל פאר כולל שומרי החומות.
צו מערבית איז צוגעגאנגען הר"ר דוד לייב קרויס שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:20.
דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוט יו"ט', און אהיים לביתו נאוה קודש.
=ליל התקדש החג - די צווייטע סדר נאכט=
פארן סדר איז דער רבי געגאנגען אין מקוה,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך,
ארום 10:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום סדר אינעם זאל בביתו נאוה קודש מעוטף בטלית שאולה און קיטל און זילבערנעם קאפל,
ביים אריינקומען האט זיך דער רבי אראפגעזעצט און מסדר געווען די קערה, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט צו קידוש,
הגבהת הכוס: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
דער רבי האט געזאגט די הננו מוכן פארן ערשטן כוס ברגש אש שלהבת קודש אויפן נוסח ההגדה, און געמאכט קידוש בקול רם, און געמאכט די ברכת שהחיינו, און געטרינקען בהסיבת שמאל, דערנאך האט דער רבי געהייסן די בחורים מאכן קידוש.
במשך די סדר האט דער רבי משמיע געווען 16 מאל דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויף: קדש, כרפס, יחץ, הא לחמא עניא, עבדים היינו, ברוך המקום, רשע מה הוא אומר, שאינו יודע לשאול, מתחילה היו עובדי ע"ז, והיא שעמדה, ויהי שם לגוי גדול, ואת עמלנו אלו הבנים, רבי עקיבא אומר, רבי גמליאל היה אומר, מצה זו, שפוך חמתך.
כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה ווי דער רבי האט אפגעראכטן די סדר מיט גרויס התעורורות און התלהבות אש און פארגעזאגט די הגדה ברגש אש קודש במתינות מילה במילה בקול רם, און די בחורים האבן מיטגעזאגט שטילערהייט.
ביי מה נשתנה האבן געפרעגט די קשיות צום ערשט הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א און דערנאך אלע אייניקלעך צוזאמען,
ביי שלחן עורך האט דער רבי געגעסן א שטיקל אייער כנהוג, און דערנאך האט מען אריינגעברענגט די סעודה אזוי ווי יעדן יו"ט,
במשך די סעודה האט דער רבי מעיין געווען אין עטליכע ספרים,
ארום 1:45 האט דער רבי געזאגט די הננו מוכן מיט א ברען און געגעסן די אפיקומן בהתלהבות אש, די אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורך הב' המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו.
דערנאך האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס, דערנאך האט מען אנגעפילט די כוס של אליהו און מען האט געעפענט די טיר, דער רבי האט געזאגט שפוך חמתך מיט גרויס התעורורות, נאך שפוך חמתך האט מען אנגעפילט דעם רבינ'ס כוס פונעם כוס של אליהו, און מען האט ארויפגעשיקט שיריים פונעם כוס של אליהו פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט מען ממשיך געווען באמירת הלל מיט גרויס התעורורות ובבכיות בפרט ביי נשמת ווי דער רבי האט ספעציעל מאריך געווען בבכיות,
נאכן פערטן כוס האט מען ממשיך געווען מיט די פיוטים פון כי לו נאה, און אדיר הוא,
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן א גוט יו"ט, מען האט געענדיגט די סדר ארום 3:55.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט געציילט די ערשטע ספירה בקול חוצב להבות אש,
דערנאך איז דער רבי אריבער בצד צפון ווי מען האט ממשיך געווען מיט די פיוטים פון אחד מי יודע, און חד גדיא,
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד יו"ט, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פיוט פון צדיקיו יאמרו ל"ו און ארויסגעברענגט אז צדיקים גייען בתר קרי און זיי דרשנען ל"א מיט א ו' אז אפילו מען האט נאך יעצט נישט גענוג זכותים אבער וויבאלד מען גייט האבן איז עס כאילו מען האט עס שוין יעצט און הקב"ה קען אויסלייזן כלל ישראל.
מען האט געענדיגט ארום 4:30.
=יום ב' דפסח=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 11:25.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק,
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית,
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א,
דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו אמירת הלל מיט גרויס התעוררות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: נכדי רבינו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א און הרב יואל טייטלבוים שליט"א, בני הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א - מראשי מבצר הכוללים.
הולכת הס"ת לבימה: הר"ר נחום שמשון שווארטץ שליט"א און הרה"ח ר' ליפא פאלקאוויטש הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו.
חמישי: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי געמאכט א מי שברך וקריאת השם לבת הנולד אצל ר' מענדל מאיר ברד"י פריעדמאן הי"ו.
הגבה אויפן ערשטן ספר: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
גלילה: נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
הגבה: נכד רבינו הרב יוקל טייטלבוים שליט"א - וומ"ס, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
גלילה: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט''א חתן חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים בעריש פילאפף הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 2:50.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה זלמן עפשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' משה מנחם ברנ"ש שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני יו"ט,
מיט די פיוט פון ברח דודי האט דער רבי מכבד געווען הבה"ח משה האלבערשטאם ני"ו בן הגה"צ רבי אברהם מאיר שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד 18'טע עוו. ב"פ,
אשר הניא: הב' משה יוסף ב"ר יעקב פארקאש הי"ו.
שושנת יעקב: הב' יעקב ב"ר חיים וואלף פאלקאוויטש הי"ו.
מען האט אויפגעגעבן א קוגל לכבוד סעודת אסתר,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש אויפן מדרש שומר מצוה לא ידע דבר רע זה אסתר שעוסקות בביעור חמץ, און ארומגערעדט אז בזכות וואס אסתר המלכה האט מקיים געווען ביעור חמץ וואס איז נאר א חיוב מדרבנן פאר נשים האט הקב"ה אויך מקיים געווען די חיובי בעל לאשה אויסצולייזן א פרוי ווען מען ווערט געפאנגען און אין דעם זכות איז געווען די נס פון פורים.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני פורים, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 5:00 אזייגער.
=שבת קודש - א' דחוה"מ פסח=
ארום 8:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה.
בעל תפילה: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א.
קבלת שבת: הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:20.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר,
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יוסף לייב יאקאב הי"ו - ירושלים.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו - וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אין שיר השירים אני חבצלת השרון און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א - ב"פ, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק המראה יחזקאל מקארלסבורג זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג כ' ניסן.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען א לענגערע צייט מיט סיפורים פון הרה"ח ר' אשר גבאי ז"ל משב"ק ביי רבותיה"ק לבית סיגוט זי"ע.
אז ביום השביעי: הר"ר שלמה יעקב הערמאן שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד אהל בתי'.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:00 אזייגער.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:10
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד בית מנחם זאב,
דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו אמירת הלל מיט גרויס התעורורות.
פארן ליינען האט מען געזאגט שיר השירים.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: נכדי רבינו הרב אברהם רוקח שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א און הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ודומ"ץ ביהמ"ד דינוב ק"י.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' ישעי' שלום ווייס הי"ו און הרה"ח ר' יוסף לייב יאקאב הי"ו.
כהן: הבה"ח אשר זעליג ב"ר פנחס פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
לוי: הר"ר יואל בר"ש בערגער שליט"א.
שלישי: הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
חמישי: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו.
שישי: רבינו שליט"א.
שביעי: הב' הבר מצוה ב"ר שמשון גפן הי"ו.
הגבה אויפן ערשטן ספר: נכד רבינו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
גלילה: נכד רבינו הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א חתן הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו.
הגבה: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א - ב"פ.
גלילה: הבה"ח משה בהגה"צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 1:25.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די חתנים מחוץ לעיר,
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני שבת ויו"ט,
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען בני הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א,
ברוך ה' יום יום: הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט,
ברוך קל עליון: הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א,
מיט די פיוט פון ברח דודי: הרב יואל טייטלבוים שליט"א,
מיט שיר היחוד ליום ראשון כנהוג אין די שבתים צווישן פסח און שבועות: נכדו הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק אני חבצלת השרון און עס אויסגעטייטשט אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 3:30.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הר"ר אלימלך עקשטיין שליט"א.
כהן: הרה"ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אהרן בינער הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אין שיר השירים כמגדל דוד צווארך און ארויסגעברענגט אז אויב פירט מען זיך מיט מידת ענוה איז הקב"ה מוחל אלע עבירות,
דורך מצות מילה איז מען זוכה צו מידת ענוה און דאס איז אונזער ארבעט אום יו"ט פסח צו מבער זיין די חמץ שבלב וואס ווייזט אויף גיאות און מען איז זוכה צו מידת ענוה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם שווארטץ הי"ו - לאנדאן.
קל מסתתר: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הר"ר הערשל קאהן שליט"א, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוטן מועד.
מען האט געענדיגט ארום 10:00 אזייגער.
א גוטן מועד.
~🌴~