מיטוואך שמיני א' - ערב יו''ט פסח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך שמיני א' - ערב יו''ט פסח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 9:00 אזייגער.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יעקב בר"ח קאהן הי"ו.
בעל תפילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געמאכט א לחיים בהיכל הביהמ"ד אויף ביר כנהוג, דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט פארקויפט די חמץ פארן גוי.
דער רבי האט געמאכט א קנין און איבערגעגעבן די שטר.
דערנאך ארום 10:30 איז דער רבי אריבער פארנט פון ביהמ''ד הגדול צו שריפת חמץ,
דער רבי האט געזאגט 'לשם יחוד לקיים מצוות אך ביום הראשון תשביתו שאור מבתיכם' און אריינגעווארפן די צען ברעקלעך און די לולב,
דער רבי האט געווארט ביז עס ווערט פארברענט כהלכה, דערנאך האט דער רבי געזאגט די יה''ר מיט כל חמירא מיט השתפכות הנפש.
נאך די מקוה ארום 2:00 אזייגער איז דער רבי אריבער צום מצות באקן ברוב עם בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה,
דער רבי האט אריין געגאסן די וואסער אין די מעל און פארטיילט טייגלעך פאר עטליכע מיירעס.
בשעת'ן טיילן האט דער רבי פארגעזאגט צוויי מאל הלל מיט גרויס התעוררות והשתפכות הנפש.
נאכן ענדיגן באקן האט דער רבי מפריש געווען חלה, און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוט יו"ט'.
דערנאך ארום 3:30 איז דער רבי אריבער צום מצה בעקעריי דקהלתינו אויף די דינוב גאס, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן סדר האפי' א לענגערע צייט אין אלע אפטיילונגען, דערנאך האט דער רבי אריין געגאסן וואסער אין די מעל און אפגעשיידט חלה, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת בית האופה.
דערנאך ארום 4:00 איז דער רבי אריבער צום מצה בעקעריי אויף די געציל בערגער גאס, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן סדר האפי' ביי די חבורות פאר א לענגערע צייט אין אלע אפטיילונגען.
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט מסדר געווען די מצות לכבוד יו"ט פסח פאר א לענגערע צייט.
נאכמיטאג איז דער רבי אראפ אינעם זאל בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט אפגעברענט די לעכט, און זיך אומגעקוקט אויפן פראכטפולן סדר טיש ווי עס וועלן מיטעסן די הונדערטער חתנים בצל הקודש.
פארן זמן הדלקה"נ איז דער רבי געגאנגען נאכאמאל אין מקוה לכבוד יו"ט, און דערנאך געמאכט אן עירוב תבשילין.
~🌴~