זונטאג שמיני א'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג שמיני א'=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה וויזעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' יואל געלב שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' מאנסי.
ב"ר אביגדור בר"מ כהנא הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר ישראל פארקאש הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל שאול מיטטעלמאן הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און דער בעל ברית בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
דערנאך איז דער רבי ארויף אויף א קביעות מזוזה בביתו החדש פון הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' שמחה ישראל הי"ו ובני משפחתו.
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די דערנעבענדיגן שטח ווי עס וועט בקרוב געבויט ווערן פרישע 300 דירות דורך הרבני הנגיד ר' יחזקאל בראך הי"ו ובניו, און דערביי געהערט א באריכט פון העסקן ר' משה יוסף פריעדלענדער הי"ו איבער די פערמיטן וואס מ'האט נארוואס ערהאלטן צו קענען אריינשפרינגן אינעם בוי פראיעקט פאר די הונדערטער דירות אין הארץ פון שטאט וואס וועלן פארקויפט ווערן כפי תקנות רבינו פאר 300 דאלער א סקווער פיס, און דער רבי האט זיך ווארעם באדאנקט פאר ר' משה יוסף הי"ו פארן צושטאנד ברענגן די פראיעקט.
ארום 7:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 9:00 אזייגער ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה חברי הנהלת מבצר הכוללים קרית יואל וועלכע האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די ערשטמאליגע ריזיגע חלוקה ווי די הנהלת הכולל האט פארטיילט די סכום אדיר פון $2,500 פאר אלע לומדי הכולל וועלכע לערנען שוין אין כולל פאר צען יאר און העכער,
דער רבי איז איבערגעגאנגען די ליסטעס פאר א לענגערע צייט און גאר ווארעם אנגעוואונטשן פאר די חברי הנהלת הכולל.
אויך איז געקומען אויף א באזוך הגאון רבי ישראל מאיר זאקס שליט"א - ראש ישיבת חפץ חיים מאנסי, נכד הגה"ק בעל חפץ חיים זצ"ל,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדברי תורה און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~