שבת קודש פרשת צו - שבת הגדול בקרב קהלתינו הק' אין וומ"ס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת צו - שבת הגדול בקרב קהלתינו הק' אין וומ"ס=
ארום 7:50 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:30.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.
ארום 10:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם היכל התורה אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה לצעירים וומ"ס.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר גבריאל געשטעטנער שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר גבריאל געשטעטנער שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' ישעי' גדלי' קויפמאן שליט"א - דומ"ץ קראלי וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש 'שאלו תלמידיו את רבי יוסי בן קיסמא אימתי בן דוד בא השיב זאת תורת העולה' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו מען דרשנט סמוכין.
קה אכסוף: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי אשר'ל מראפשיץ זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך ערב פסח.
קה רבון עלם: נכד רבינו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א - לאנדאן, בן הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו.
ר' שמואל שאול מיטטעלמאן הי"ו.
ר' רפאל יושע סטרולאוויטש הי"ו.
ר' שלמה ב"ר יואל רובינשטיין הי"ו.
אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב אברהם רוקח שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:45.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:35.
ברכות ופסוקי דזמרה: ר' יואל בר"ב לאוב הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית ויוצר,
מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר שלום לוי יצחק ווייסמאן שליט"א.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יואל הערש קאהן שליט"א - מו"ץ.
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
כהן: ר' יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יוסף לעווי הי"ו.
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו.
חמישי: הרה"ג ר' ישעי' גדלי' קויפמאן שליט"א.
שביעי: ר' יקותיאל מאיר ווייסמאן הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: נכד רבינו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' יצחק יודא פארגעס הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יוסף לייב יאקאב הי"ו - ירושלים.
גלילה: הרה"ח ר' מנחם שלמה ראזענפעלד הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ברוך הערש פליישמאן הי"ו.
דערנאך האט מען געליינט די נשיא כנהוג.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
ביים מיטאג סעודה בביתו נאוה קודש האט מען אויפגעגעבן קינדל און נאנט כנהוג אום שבת הגדול,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן שליט"א.
ארום 5:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שבת הגדול דרשה,
דער רבי האט זיך מתעטף געווען מיטן טלית מיט א ברכה, און דערנאך איז דער רבי ארויף צום ארון הקודש ווי דער רבי האט צום ערשט מתפלל געווען א תפילה חרישית, און דערנאך אנגעהויבן די דרשה ווי דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דברי דרוש ופלפול אינעם סוגיא פון 'מצות עשה שהזמן גרמא' וואס דער רבי האט פארגעלערענט אין ישיבה, און דערנאך אריבער בדברי אגדה ומוסר,
דערנאך האט דער רבי מעורר געווען בדברים הצריכים תיקון, צווישן אנדערע האט דער רבי ארויסגעברענגט אז מען דארף זען צו מקיים זיין מצות מיט א יגיעה און זיך נישט לאזן פון די היינטיגע באקוועמע אידישקייט און דאס איז נוגע ביי יעדע מצוה, לימוד התורה, תפילה, און אפילו ביי חינוך הבנים נישט זיך פארלאזן נאר אויף די מחנכים נאר זיך כסדר נאכפרעגן ביי די מלמדים און מנהלים אויף די פארשריט פון די קינדער,
דער רבי האט מעורר געווען צו קויפן נאר ערליכע מלבושים פאר די קינדער ובפרט יעצט ווען מען האט אריינגעלייגט כוחות צו האבן פאר די אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס, און אזוי אויך ביי אלע מלבושי נשים,
בנוגע כשרות, זיכער צו מאכן א גאנץ יאר נאר צו קויפן מאכלים מיט גוטע הכשרים, ובפרט יעצט פאר יו"ט פסח זאגענדיג אז טראץ מען זעט אין די געשעפטן אלע מיני מאכלים מיט גוטע הכשרים איז עס נישט געמאכט פאר אונז נאר מען דארף זיך האלטן צו די מסורת אבות און נישט עסן די אלע מאכלים,
בנוגע די כלים הטמאים זאגענדיג אז אפילו איינער האט א היתר זיך צו באניצן מיט דעם איז עס נאר ביי די ארבעט, ווי שעמט מען זיך נישט עס ארויסצונעמען אין ביהמ"ד??,
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די שווערע מצב אין וואס אחב"י תושבי ארה"ק געפינען זיך און האבן נישט קיין טאג און קיין נאכט מיטן דארפן כסדר לויפן זיך באשיצן פון די באמבעס, און דאס האט שוין ליידער געקאסט גאר אסאך קרבנות פיזיש און נאך מער גייסטיש רח"ל,
דער רבי האט ארויסגעברענגט אז רוח הקודש הופיע בבית מדרשינו של רביה"ק זי"ע און דער רבי האט פארגעלערנט פון ספר הק' על הגאולה ווי דער רבי ז"ל רעדט ארום איבער די היינטיגע מצב, און דער רבי האט אנגעוואונטשן אז הקב"ה זאל העלפן אז מען זאל ניצל ווערן סיי פון די רוצחים און סיי פון די מצילים,
דער רבי האט ממשיך געווען און מעורר געווען איבער די גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק און די גזירת החינוך אין ניו יארק, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי הכנה צום יו"ט פסח און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 7:20, דער רבי האט געזאגט קדיש דרבנן און אריין בחדרו הפרטי בביתו נאוה קודש.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:50.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו - ק"י.
כהן: הרה"ח ר' משה לייב טרעגער הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מראה"ק בק"י.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' שמואל הערש שפיטצער הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א - מו"ץ.
שיר המעלות: הרה"ג ר' משה ראזענפעלד שליט"א - מו"ץ.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן מדרש 'שאלו תלמידיו את רבי יוסי בן קיסמא אימתי בן דוד בא השיב זאת תורת העולה' און ארויסגעברענגט אז דורך מצות מילה ווערט מען דבוק אין הקב"ה און מען באקומט א חיות דקדושה במילא ווערט מען נישט נדחה פון די קדושה און עס ניצט תשובה,
דער רבי האט ממשיך געווען בדברי הכנה צום יו"ט פסח און געזאגט אז מצות מצה האט אויך די סגולה און עס איז משפיע א חיות דקדושה צו זיין דבוק אין הקב"ה און ברענגט אראפ אלע השפעות טובות.
ידיד נפש: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א - מו"ץ.
קל מסתתר: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס:
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
דערנאך האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד הגדול' און דערנאך אנגעוואונטשן 'א גוטע וואך א גוטע חודש און א גוט יו"ט'.
מען האט געענדיגט ארום 10:00 אזייגער.
דערנאך זענען אריין בקודש פנימה די בחורים גבאים פון די שלוחי רבינו קאמפיין דורך די תלמידי המתיבתא לטובת די עניי ארץ ישראל איידער די מסע הקודש קיין ארה"ק פארגאנגענעם חודש חשון,
דער רבי האט פארטיילט א מתנה א מצה טאש פאר אלע גבאים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 11:30 האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' מרדכי דוב לאקס ע"ה, און דערנאך אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
אויפן וועג אהיים האבן זיך פארבינדן מיט רבינו שליט"א חברי הנהלת קהלתינו הק' פון ירושלים, בני ברק, און בית שמש און האבן זיך גאר שטארק באדאנקט בשם אלע אנשי שלומינו תושבי ארה"ק פאר די גרויסע תמוכה וואס רבינו שליט"א האט אפגעשיקט כמדי שנה בשנה לכבוד יו"ט פסח פאר אלע אנשי שלומינו וואס האט באטראפן אלעס אינאיינעם קרוב צו א מיליאן דאלער.
~🌴~