זונטאג ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ויקרא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' מאיר יעקב מויזקאפף ז"ל.
ב"ר זאב פריעדמאן הי"ו.
ב"ר ישכר דוב ביקעל הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די פיפטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה, מען האט געענדיגט ארום 2:45.
ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:45 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:50 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברמ"ד אקערמאן הי"ו און הרה"ח ר' מאיר מרדכי בודק הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק טאמבור הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברח"ב פילעפף הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
~🌴~ַ