שבת קודש פרשת ויקה"פ - שבת החודש - מבה"ח ניסן
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת ויקה"פ - שבת החודש - מבה"ח ניסן=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יחיאל שלמה ב"ר משה חיים פריעדמאן הי"ו,
החתן מרדכי ב"ר יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו.
ארום 7:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר מאיר משה מאשקאוויטש שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:15.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יואל ישראל וואגשאהל הי"ו - מאנסי.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' מאיר סימאן הי"ו.
מנוחה ושמחה: הר"ר שמעון גרין שליט"א - ב"פ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויקהל משה את כל עדת בני ישראל און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יואל ישראל וואגשאהל הי"ו.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הגאון רבי יוסף שאול נאטאנזהאן זצ"ל בעמח"ס שואל ומשיב וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג כ"ז אדר.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יעקב ברוין הי"ו - ירושלים.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יודא טרייטל פרענקל הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:55.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:35.
ברכות: הרה"ח ר' אברהם הערש שעהר הי"ו.
פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית ויוצר,
מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים וואלף ווינקלער הי"ו - מאנסי, און הרה"ח ר' שמואל יודא קליין הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס.
כהן: החתן יחיאל שלמה ב"ר משה חיים פריעדמאן הי"ו - באווארפען.
לוי: החתן משה בהר"ר אלעזר מערמלשטיין שליט"א.
שלישי: החתן בהר"ר יעקב יצחק ווינקלער שליט"א.
רביעי: החתן ב"ר פישל ריספלער הי"ו.
חמישי: החתן בהרה"ג ר' דוד הירש שליט"א.
שישי: הר"ר אשר פארקאש שליט"א - מאנסי.
שביעי: הרה"ח ר' פישל ריספלער הי"ו - וומ"ס.
אחרון - חזק: החתן מרדכי ב"ר יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו - באווארפען.
הגבה אויפן ערשטן ספר: החתן נפתלי הירצקא בהר"ר מאיר משה מאשקאוויטש שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' אפרים פישל פריעד הי"ו.
מפטיר - קריאת פרשת החודש האט דער רבי עולה געווען.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
הר"ר יואל ברש"ד מארקאוויטש הי"ו.
ר' יעקב דוב קויפמאן הי"ו.
ר' גדלי' דוד זאלדאן הי"ו.
ר' יוסף מענדל כ"ץ הי"ו.
ר' משה יעקב אהרן בר"י בוקסבוים הי"ו.
ר' יואל ברי"ב פערל הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' זלמן לייב קליין הי"ו - לאנדאן.
גלילה: הרה"ח ר' ישראל ברא"ש שווארטץ הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לכבוד שבת החודש,
מען האט געזינגען ביי די פיוטים כנהוג.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם יעקב פריעד הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 1:05.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:35.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב בר"ח פארקאש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב ברוין הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' חיים ישעי' גראס הי"ו - וומ"ס.
לוי: הר"ר אלעזר מערמלשטיין שליט"א.
שלישי: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו - משמש.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די קריאה פון פרשת החודש 'ראשון הוא לכם לחדשי השנה' און ארויסגעברענגט די חשיבות און די כח פון א דיבור פון א איד און ווי שטארק מען דארף נזהר זיין עס נאר צו ניצן אויף גוטע זאכן און נישט ח"ו אויף צו רעדן שקרים וכו', און דאס איז א הכנה צום יו"ט פסח ווען מען גרייט זיך צו מקיים זיין מצות סיפור יציאת מצרים מיטן מויל און אזוי אויך מצות אכילת מצה, במילא דארף מען שטארק אבאכט געבן צו האלטן די מויל זויבער.
ידיד נפש: הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אהרן מאשקאוויטש הי"ו.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' זלמן לייב קליין הי"ו - לאנדאן.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן משה בהר"ר אלעזר מערמלשטיין שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 9:55.
ארום 11:45 איז דער רבי אנגעקומען אויף א קביעות מזוזה אין די נייע אפיסעס פון די RCCS ארגענעזאציע אין די ביזנעס סענטער,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך אריין זיך אומקוקן אויף די אפיסעס און געהערט א באריכט פון די הנהלה,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' הערשל קאהן הי"ו - מייסד ומנהל המוסד,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק מיט שטארקע דברי התחזקות פאר די עסקנים וועלכע געבן זיך אוועק לטובת די פילע חולי ישראל אין אלע אפיסעס איבער די גאנצע וועלט, און ארויסגעברענגט אז אונזער ארבעט איז צו טוהן וויפיל מען קען און הקב"ה וועט העלפן מען זאל מצליח זיין צו אויסהיילן די חולי ישראל, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' הערשל הי"ו, פאר די הנהלה, און פאר אלע ארבעטערס.
דערנאך ארום 12:15 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון מרת ריספלער תחי' אלמנת הרה"ח ר' מאיר זעליג ע"ה אויף א מסיבת לחיים לרגל שמחת נשואי נכדתה החתן בן לבנה הרבני הנגיד ר' פישל הי"ו,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די מנהג פון עסן טעג ביי בעלי בתים אין די אלטע היים, און איבער די טייערע דירות פרייזן אין וומ"ס, און אזוי אויך איבער די נייע תקנות שמחה זאלן פאר קלענערע שמחת בבנין הבית רחל בנין ריספלער החדש ההולך ונבנה די דריטע בנין ריספלער בתוככי' מבצר הבית רחל אין וומ"ס,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה,
אויפן וועג ארויס האט דער רבי עקסטער אנגעוואונטשן פאר די כלה און פאר מרת ריספלער תחי'.
דערנאך ארום 12:45 איז דער רבי אנגעקומען אויף א קביעות מזוזה אין די נייע איבערגעבויעטע 'דרייוו גודס' געשעפט אין ק"י,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך אריין און זיך אומגעקוקט אין די גאנצע געשעפט, צווישן אנדערע אין די 'לבושי כבוד' אפטיילונג, און דערביי געהערט א באריכט פונעם בעה"ב הרה"ח ר' יואל אלי' שווארטץ הי"ו און פון הרה"ח ר שלמה זלמן ווייס הי"ו - אדמיניסטראטער פון די מוסדות הק' איבער די געוואלדיגע הצלחה פון די צניעות'דיגע מלבושים ביי די תלמידות בית רחל,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעה"ב הרה"ח ר' יואל אלי' הי"ו, פאר די ארבעטערס פונעם געשעפט, און פארן גאנצן ציבור.
~🌴~