מאנטאג ויקה"פ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ויקה"פ=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה אהרן פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' וואלף מיטטעלמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון חותן המלך האדמו"ר בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ד'.
ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די ערשטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה,
נאכן סוגיא שיעור האט זיך דער רבי מפלפל געווען מיט די בחורים, מען האט געענדיגט ארום 2:20.
ארום 3:50 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען די סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון חותן המלך האדמו"ר בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל אויף א פריוואטע פארנעם פאר די בני המשפחה,
דער רבי האט זיך געוואשן צום יארצייט סעודה,
ביים סעודה האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א,
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען בנו בכורו הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א,
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס,
מען האט געענדיגט ארום 5:30.
דערנאך איז דער רבי ארויף בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה,
פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט.
בעל תפילה: נכד רבינו הבה"ח חיים הערש רוקח ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר אלעזר מערמלשטיין שליט"א און הרה"ח ר' אפרים פישל פריעד הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ע אבערלענדער הי"ו און הרה"ח ר' שמעון פראמאוויטש הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס, און הרה"ח ר' חיים ווייס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:15 איז דער רבי אנגעקומען צום בנין הת"ת 'בנין ווידער פאלאטשעק' ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף קנין תורה פון מאנסי בהנהלת הר"ר אשר אנטשיל גריסגאט שליט"א,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער די קדושה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע וואס בלויז צו דערמאנען זיין נאמען איז א זכי' און ברענגט קדושה, און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז דאס אז אונז זעמיר חסידישע אידן אפילו אין אזעלכע שווערע זמנים איז נאר צו פארדאנקן די קדושה וואס ער האט איבערגעלאזט אויף דער וועלט און דאס איז מחייב יעדעם איינעם, און מעורר געווען צו גיין אין זיינע דרכים בכל פרטי' סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט כתבים פאר די תלמידים וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיטן לערנען שעות רצופות במשך די ימי השובבים העעל"ט,
מען האט געענדיגט ארום 8:50.
זמני כניסה איז געווען פון 9:00 אזייגער ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45,
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל יעקב אפענהיים הי"ו און הרה"ח ר' מאיר יצחק ווייס הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~