זונטאג ויקה"פ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ויקה"פ=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יוחנן מאנן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו, בן הנולד אצל הרב הערשל מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א וחתן הגה"צ אבד"ק טארניפאל שליט"א,
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט מוהלות.
סנדק: הגה"צ אבד"ק טארניפאל שליט"א.
סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דער רבי האט געזאגט די ברכות, ויקרא שמו בישראל: 'יקותיאל יודא' נאך די עלטער זיידע הגה"צ אבד"ק סיגעיט זצ"ל.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשוב'ע זיידעס.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הישיבה,
ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן שליט"א, און די זיידע הגה"צ אבד"ק טארניפאל שליט"א,
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א - מנהל הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פאר אלע בחורים,
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און מכבד געווען מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 2:30.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות.
ארום 6:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין שיכון סקווירא צו באשיינען די שמחת החתונה פון נכד גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א החתן בן לבנו הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 6:45 און אנוועזנד געווען ביים מעמד החופה,
נאך די חופה האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און פאר די חתן און מחותנים, און פאר די זיידע האדמו"ר מקאלאשיץ שליט"א, און פארן פעטער האדמו"ר מוויזניץ ב"פ שליט"א.
נאך די חופה איז דער רבי צוגעפארן קיין מאנסי צו ישיבה קטנה סניף קנין תורה ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה אין איינע פון די כיתות,
נאך מנחה איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פון די בחורים,
דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח,
אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי די נייע בנין וועלכע ווערט געבויעט פאר די ישיבה און אנגעוואונטשן פאר די הנהלת הישיבה,
דערנאך ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אהיימגעפארן קיין ק"י.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' יודא אלישע הורוויץ שליט"א - רב דביהמ"ד אור החיים, און הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יושע דוב שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30,
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון חותן המלך האדמו"ר בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל.
~🌴~