דינסטאג כי תשא - יום הפורים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג כי תשא - יום הפורים=
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 10:00 אזייגער.
בעל תפילה: ר' צבי אלימלך פריעד הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
פתיחה: הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו - וומ"ס.
שלישי: רבינו שליט"א.
הגבה: ר' ישי גאלדבערגער הי"ו.
גלילה: נכד רבינו הב' אלימלך אשכנזי ני"ו בהרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב.
נאכן ליינען איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אנגעטוהן די ר"ת תפילין, און דערנאך איז דער רבי ארויף אויפן באלעמער, מען האט אויפגעוויקלט די מגילה ווי אן אגרת, דער רבי האט געמאכט א לשם יחוד און מקיים געווען די מנהג און געגעבן א מחצית השקל, און דערנאך געזאגט לשם יחוד און געמאכט די ברכות און געליינט די מגילה מיט א געוואלדיגע התלהבות און התעורורות.
דאס ליינען האט זיך פארצויגן פאר א שעה.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 12:20.
אויפן וועג ארויס פון ביהמ"ד האט רבינו שליט"א געגעבן מתנות לאביונים פאר הרה"ח ר' בערל פאלקאוויטש הי"ו - מנהל תומכי שבת.
אינדערהיים האט רבינו שליט"א מקיים געווען די מצוות היום פון משלוח מנות ומתנות לאביונים, און זיך געוואשן צו די ערשטע סעודה לכבוד היום.
רבינו שליט"א האט אויפגענומען אנ"ש במשכ'ן טאג פון 3:15 ביז 5:30 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. לברך ולהתברך אין דעם גרויסן טאג,
במשכ'ן טאג האבן זיך געשלענגלט לאנגע ליניעס פון אנ"ש זקנים עם נערים, און קבוצות בחורים ווי רבינו שליט"א האט אנגעוואונטשן און געבענטשט יעדעם מיט ברכות לרוב.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאוונט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
בעל תפילה: הר"ר יואל וויינבערגער שליט"א.
ארום 6:00 אזייגער איז רבינו שליט"א אריין געקומען צום סעודת משתה היין אין ביהמ"ד הגדול,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה לכבוד היום,
נאך די כזית חלה האט דער רבי געזאגט א לשם יחוד לקיים מצוות לביסומי בפוריא, און געמאכט א בורא פרי הגפן און געטרונקען די ערשטע כוס וויין, און געוואונטשן לחיים,
נאך די פיש האט דער רבי געטרינקן א צווייטע כוס וויין,
אין די זופ איז געווען קרעפלעך כנהוג, און נאך די זופ האט דער רבי געטרינקען א דריטע כוס וויין און געוואונטשן לחיים,
ביי די פלייש האט מען אויפגעגעבן א העלזל כנהוג,
נאך די פלייש און קוגל האט דער רבי געטרינקען א פערטע כוס וויין און געוואונטשן לחיים,
דער רבי האט משמיע געווען אכט מאל דברות קודש, און צווישן איין דב"ק און די אנדערע האבן די בעלי מנגנים געזינגען ניגונים,
ביים ערשטן דב"ק האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק תנתן לי נפשי בשאלתי און ארויסגעברענגט אז יעדע איד איז מתפלל אז מען זאל ניצל ווערן פונעם יצר הרע און מען בעט 'תנתן לי נפשי בשאלתי', און דער רבי האט מאריך געווען בבכיות עצומות פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען זאגענדיג עת צרה הוא ליעקב, א ישועה וואס קומט פון די צד הקדושה האט א קיום, משא"כ אויב עס קומט פון די צד הטומאה איז עס נאר א צייטווייליגע זאך, אזוי ווי מען זעט יעצט בחוש ביי די מלחמה דורך די מדינה הטמאה ווי מען זאגט יעדע מאל אז יעצט האט מען שוין מנצח געווען די שונאים אבער יעדע פאר חדשים ווערט די סכנה פון פריש, און דער רבי האט געזאגט אז די אידן אין ארה"ק געפינען זיך אין אן עת צרה און לעבן אין א פחד סיי פון די רודפים און סיי פון די מצילים און מען איז מתפלל אז זיי זאלן ניצל ווערן דורך הקב"ה אליינס,
מען האט ממשיך געווען צו זינגען והוא שעמדה און ה' הוא מלכינו און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן,
די צווייטע דב"ק איז געווען אויפן פסוק ובבואה לפני המלך און עס אויסגעטייטשט אין די סוגיא פון נחלת יעקב ועשיו בשני עולמות און דערנאך ממשיך געווען זאגענדיג אז מען זעט אין די מגילה אז אסתר המלכה איז אריין בחצר הפנימות און המן איז אריין בחצר החיצונה, דאס איז די חילוק פון א איד און א גוי, ביי א איד איז די עיקר די פנימיות, די לבוש שפיגלט אפ די פנימיות פון א מענטש און מען זעט לויט די לבוש פון א מענטש וואס דער מענטש איז, סיי א גאנץ יאר און אזוי אויך וויאזוי מען פארשטעלט זיך פורים, און דער רבי האט מעורר געווען ארומרעדענדיג בגנות איבער די היינטיגע בעקיטשעס און לבושים וואס ווערט מער און מער מאדערן,
די דריטע דב"ק איז געווען אויפן פסוק ובבואה לפני המלך און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ארץ ישראל מוחזקת לנו מאבותינו,
דער רבי האט פארגעזינגען אדון עולם און אין עוד מלבדו און זיך אויפגעשטעלט טאנצן,
די פערטע דב"ק איז געווען אויפן פסוק תנתן לי נפשי בשאלתי און ארויסגעברענגט אז מיט די כח פון אחדות קען מען פועלן אלע ישועות און דאס איז געווען אסתר המלכהס בקשה לך כנוס את כל היהודים און אזוי האט מען אויסגעפועלט די נס פורים דער רבי האט פארגעזינגען לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער צוויי מאל,
די פיפטע דב"ק איז געווען אויפן פסוק אם על המלך טוב און ארויסגעברענגט אז צו מכניע זיין די כח פון די קליפות קען מען אדער מיט מסירת נפש אדער דורך מצות מילה,
דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון כלל ישראל אז טראץ די לאנגע ביטערע גלות וואס מען גייט אריבער שרייט מען אויס ראש השנה המלך און אשר בחר בנו מכל עם און מען איז ממליך הקב"ה אויף אונז מיט מסירת נפש, דאס איז א מליצה ישרה פאר כלל ישראל אינעם יום הדין,
דער רבי האט פארגעזינגען האדרת והאמונה און געפרעגט פון זקני אנשי שלומינו ווער עס געדענקט ווען מען האט דאס געזינגען ביי רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע,
דערנאך האט דער רבי מקיים געווען די מנהג פון זקינו בעל עצי חיים זי"ע צו רייכערן אום פורים און דערמיט פארברענען די קליפות אין די רויעך,
דער רבי האט געזאגט א טעם דערויף וויבאלד שריפת הקליפות וואס ענדיגט זיך ערב פסח הייבט זיך אן ביום הפורים און דער רבי האט פארייכערט א ציגאר,
דערנאך האט דער רבי איבערגעגעבן די פאררייכערטע ציגאר פאר הרה"ח ר' ידידי' קלאגסברוין הי"ו עס איבערצוגעבן פאר אביו הרה"ח ר' שלמה משה הי"ו און ממשיך געווען זאגענדיג אז כלל ישראל האט סיי א אנדערע נשמה ווי א גוי און סיי א אנדערע גוף פון א גוי וויבאלד עס איז פארבינדן מיט די גווילים פון א ספר תורה, במילא אפילו אויב די דאקטורים זאגן אויף א מחלה אז עס איז נישט דא קיין רפואה אויף דעם, איז דאס נאר ביי די גוים אבער ביי אידן איז יא דא א רפואה אויף אלע מחלות, און דער רבי האט אנגעוואונטשן א רפואה שלימה פאר אלע חולי ישראל,
די זיבעטע דב"ק איז געווען אויף די מאמר חז"ל 'עיניהם של עניים נשואות למקרא מגילה' און געזאגט אז דאס איז אנטקעגן די ע' פון וכל אשר לרעך פון די עשרת הדברות, און דער רבי האט מאריך געווען בשבח פון קופת אבני חסד וועלכע פארטיילן שטריימלעך פאר אידן, און דער רבי האט מכבד געווען אלע וואס טראגן די נאמען יעקב זאלן ארויפגיין אויפן טיש צוזאמנעמען געלט פונעם ציבור לטובת קופת רבינו 'קופת אבני חסד',
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די אכטע דב"ק און ארויסגעברענגט אז צדקה איז מטהר די אויר און אזוי איז דא קבלת התפילות, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן באש קודש אויף אחכה לו פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט מען אויפגעגעבן קרויט, דערנאך איז דער פורים ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א ארויף אויפן טיש און פארגעזינגען די ניגון פונעם הייליגן קדושת לוי זי"ע רבש"ע לאמיר מאכן א בייט,
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רבי חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א - אב"ד הוניאד,
שושנת יעקב: הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א,
דערנאך האט הרה"ג ר' מאיר אליעזר שליט"א ממשיך געווען מיט דברי התעוררות בעניני קרי"ש בזמנה וכתיקונה,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי צוריק אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מעריב,
בעל תפילה: הר"ר הערשל קאהן שליט"א,
מען האט נישט געזאגט ברוך ה' לעולם, מען האט געענדיגט ארום 12:00 אזייגער.
~🌴~