מאנטאג כי תשא - תענית אסתר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג כי תשא - תענית אסתר=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק אלימלך פעלדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור בהגה"צ רבי זלמן לייב מייזליש שליט"א - דומ"ץ בקהלתינו הק' ב"פ.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק,
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא גרובער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
~ליל פורים~
ארום 6:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול,
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יו"ט יאזשעף הי"ו.
שלישי - מפטיר: רבינו שליט''א.
הגבה: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו.
גלילה הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי"ו.
אום 6:50 האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב,
בעל תפלה: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
נאך מעריב אום 7:10 האט דער רבי אנגעטוהן א טלית שאולה און ארויף אויפן באלעמער און געזאגט די לשם יחוד וכו' און אויסגעשפרייט די מגילה כאגרת,
דער רבי האט געמאכט די ברכות בהתלהבות אש און געליינט די מגילה מיט גרויס התעורורות און השתפכות הנפש.
דאס ליינען האט זיך פארצויגן פאר א שעה, און מען האט געענדיגט אום 8:12, מען האט געזאגט די ברכות און ואתה קדוש און עלינו, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ביים אויספאסטן בביתו נאוה קודש האט דער רבי טועם געווען פון קינדל, נאנט, און המן טאשן כנהוג אום פורים.
ארום 10:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול.
דער רבי האט געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה לכבוד היום,
מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט,
במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע לעבעדיגע ניגונים, און געטאנצן בשמחה וחדוה לכבוד פורים, און דער רבי האט משמיע געווען דריי מאל דברות קודש,
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
שושנת יעקב: הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן מדרש 'כיון שמת משה במדבר לפיכך יתלו את המן' און ארומגערעדט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ארץ ישראל מוחזקת לנו מאבותינו,
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט לעבעדיגע ניגונים און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע התלהבות,
די צווייטע דב"ק איז געווען אויפן פסוק ובבואה לפני המלך און ארויסגעברענגט אז כלל ישראל האט אין אלע מצבים במשך די לאנגע ביטערע גלות אלץ געדאנקט הקב"ה אויף אשר בחר בנו מכל העמים טראץ די שווערע צרות וואס מען איז אריבער אין אלע דורות,
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער פורים ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א מיט דברי בדחנות און חרוזים לכבוד פורים,
מען האט ממשיך געווען צו זינגען אם על המלך טוב און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן,
די דריטע דב"ק איז געווען אויפן פסוק על כן קראו לימים האלו הפורים און ארויסגעברענגט אז אסתר המלכה האט מעורר געווען מידת קל און מיט דעם ממתיק געווען די דינים,
דערנאך האבן די גבאים פון חבורת 'לגיון של מלך' איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א די ספר מיט די נעמען פון די בחורים פון אלע סאטמארע ישיבות איבער דער גארער וועלט וואס האבן זיך מקבל געווען קבלת טובות בנוגע טעכנעלאגיע,
דער רבי האט מעיין געווען פאר א לענגערע צייט בשעת דער עולם האט געזינגען ניגוני התעוררות,
ברכת המזון: הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 12:45, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
~🌴~