זונטאג כי תשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג כי תשא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' הערשל זאלדאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק סאמעט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ברצ"א גראס הי"ו.
ב"ר הערשל שווארטץ הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק י"א.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבתינו ישיבה קטנה ברך משה פון לעיקוואד אינאיינעם מיטן ראש ישיבה הרה"ג ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק' לעיקוואד,
דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ב רובין הי"ו און הרה"ח ר' חיים ישראל ווידער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:50.
נאך מעריב האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם ישראל הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' בעריש פעלדמאן הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ל גראס הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן געלב הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, און נאך די תנאים'ס ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר דעם קומענדיגן זונטאג ויקה"פ אין שיכון סקווירא,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטע נאכט.
~🌴~