שבת קודש פרשת תצוה - שבת זכור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת תצוה - שבת זכור=
אין די נאכמיטאג שעות ארום 3:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק אייזיק ב"ר דוד כהנא הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל,
נאך די ברית האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל ברית ובני משפחתו.
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן חיים שלמה ב"ר דוד ווערטהיימער הי"ו.
ארום 6:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.
ביי לכה דודי האט מען געטוישט ניגונים ביי יעדע שטיקל כנהוג אום שבת זכור.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:45.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסד הק' נטרונא.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' שמעון משה קעפעטש הי"ו.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' מנחם מאניש פריינד הי"ו - ירושלים.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויף די מסורה 'נעשה ונשמע' 'ונשמע פתגם המלך' 'ונשמע קולו בבואו אל הקודש' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון ספיקא דאורייתא מן התורה לחומרא או לקולא.
נאך די תורה האט דער רבי געבעטן צו זינגען ניגוני פורים.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א - וומ"ס, חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי שמעון סופר זצ"ל מקראקא וואס די יארצייט געפאלט דעם פרייטאג י"ז אדר.
קה רבון עלם: נכד רבינו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א - וומ"ס, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אברהם יואל לעפפלער הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:40.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:25.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית ויוצר,
מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן שפיטצער הי"ו, און הרה"ח ר' יושע שמואל וויינבערגער הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' ליפא ווערצבערגער הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' חיים טורנהיים הי"ו.
לוי: החתן יצחק זאב בן הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א.
שלישי: החתן חיים שלמה ב"ר דוד ווערטהיימער הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן ב"ר מרדכי פריעד הי"ו.
חמישי: החתן יחיאל מיכל ב"ר אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו.
שישי: החתן משה ב"ר הלל ראזענבערג הי"ו.
שביעי: פ"ר דקהלתינו הק' הר"ר שלמה לייב וויינבערגער שליט"א.
אחרון: ר' משה הערש ברח"י ראזענפעלד הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' יצחק אייזיק וויזעל הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' הלל ראזענבערג הי"ו - וומ"ס.
מפטיר - קריאת פרשת זכור האט דער רבי עולה געווען און אליינס געווען בעל קורא.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יחיאל שלמה שטיין הי"ו.
ר' יואל הערש ליכטענשטיין הי"ו.
ר' אברהם משה קליין הי"ו.
ר' ברוך בענדיט פייערווערקער הי"ו.
ר' לייבוש עזריאל אפפעל הי"ו.
ר' מענדל ברוך הערשקאוויטש הי"ו.
ר' יוסף ברי"ד מארקאוויטש הי"ו.
ר' יוסף יושע ראזענבערג הי"ו.
ר' אשר זעליג בר"ד לעוו הי"ו - לאנדאן.
הגבה: הרה"ג ר' יוסף משה פארגעס שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מרדכי פריעד הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:25.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום ראזענצווייג הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו.
לוי: הר"ר אברהם ישעי' ווייס שליט"א.
שלישי: הרה"ח ר' יוסף קליין הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ג ר' אברהם יוסף פריעדמאן שליט"א - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די קריאה פון פרשת זכור און ארויסגעברענגט אז די מלחמה פון עמלק וואס האט געוואלט אריינברענגען א קרירות און נסיונות אין אידישקייט גייט אן עד היום הזה, און די סטרא אחרא פראבירט אריינצוכאפן כלל ישראל אין זיין נעץ מיט נסיונות אין שמירת עיניים און הרהורים אסורים, אבער אויב מען שטארקט זיך אויף די נסיונות איז מען זוכה צו פארשטיין און געדענקן די תורה הק',
דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הכנה צום יו"ט פורים וואס איז גאר א דערהויבענע צייט און געזאגט אז מען קען ביי קריאת המגילה אויספועלן כל מילי דמיטב.
ידיד נפש: הרה"ח ר' דוד ארי' יאקאב הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יוסף קליין הי"ו.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן אהרן ב"ר שלמה דוד דאסקאל הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הר"ר שמואל פריעדמאן שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:50.
בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו האט אפגעקויפט א זכות נכבד אינעם מקוה טהרה דקהלתינו הק' אין לינדען,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:30 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו אויף א מסיבת לחיים לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט,
עס איז אנוועזנד געווען דודו הגה"צ רבי ישראל יעקב לאנדא שליט"א - אב"ד באר שבע,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בהלכה, און דערנאך איבער די דירות פרייזן אין ק"י ווי ר' עקיבא הערש הי"ו האט געהאט די זכי' צו זיין די נחשון זיך צוצושטעלן צו די תקנה פון רבינו שליט"א בנוגע די ביליגע דירות פרייזן,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה.
דערנאך איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. די קריאת התנאים פון די מחותנים הר"ר מרדכי הערש גאלדמאן שליט"א - מאנטריאל, און הרה"ח ר' יואל בר"ה בראך הי"ו,
דער רבי האט געליינט די תנאים און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.
ארום 11:30 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען א מלוה מלכה פאר אנשי שלומינו תושבי מאנסי וועלכע שליסן זיך אן יערליך מיט גרעסערע סכומים לטובת מוסדותינו הק' מאנסי,
עס איז פארגעקומען א פאנעל מיט הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - מנהל המוסדות, און הרבני הנגיד ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו - מגדולי תומכי מוסדותינו הק', אנגעפירט דורך הרה"ח ר' יונתן שווארטץ הי"ו,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א, פאר הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון געבן געלט להחזקת לימוד התורה פון תשב"ר,
דער רבי האט ממשיך געווען בשבח פון מוסדותינו הק' אין מאנסי וועלכע שטייגט בכמות ובאייכות און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די הנהלה רוחניות, פאר די הנהלה גשמיות, און פאר אלע משתתפים תומכי המוסדות,
דערנאך האט מען פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער מנהגי פורים ביי רבותיה"ק זי"ע,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א הגדה לב אהרן פאר אלע נדבנים,
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
~🌴~