מיטוואך משפטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך משפטים=
נעכטן דינסטאג אויפדערנאכט בעת די זמני כניסה האט דער רבי טעלעפאניש מנחם אבל געווען הרבנים הגאונים שליט"א בני הגאון הגדול רבי אליקים שלעזינגער זצ"ל - ר"י הרמה לאנדאן.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים בנימין אליעזר ווערטהיימער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שבתי ראזענוואסער הי"ו - מאנסי ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ג'.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א לרגל די שמחת החאלאקע פון בנו הילד ברוך ני"ו,
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית, און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חאלאקע אינגל און פאר הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א ובני משפחתו,
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען די זיידע הגה"צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו 18'טע עוו. ב"פ.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל מרדכי וואנחאצקער הי"ו און הרה"ח ר' יחזקאל טעללער הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' נפתלי יעקב גאטליעב הי"ו און הרה"ח ר' שלמה פנחס שעהנברוין הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~