דינסטאג משפטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג משפטים=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חיים הערש ווייס הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר אברהם פריעדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ג', און דער רבי האט ארומגערעדט איבער די חשיבות פון אמירת תהילים ולימוד התורה בימי השובבי"ם.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען קיין וומ"ס ארום 8:20 איז דער רבי צום ערשט ארויף אויף א מסיבת לחיים אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט,
דערביי האט ר' יקותיאל דוד אהרן הי"ו מנדב געווען א גרויסע סכום לטובת א מקוה טהרה החדש דקהלתינו הק' וועלכע ווערט יעצט געבויעט בשכונת סאוט אכט אין וומ"ס, און א גרויסע סכום אפצוקויפן די שם המקוה פון בית מדרשינו החדש אין לינדען,
עס זענען אנוועזנד געווען הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א און הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן בשכונת סאוט אכט אין וומ"ס,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני נשואין און איבער הרחבת גבולי קהלתינו הק' אין לינדען און איבער די חשיבות און נחיצות פון בויען א מקוה להרבות טהרה בישראל,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
שמחת התנאים פון נכד רבינו החתן הרב יואל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א,
עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף אהבת התורה וומ"ס, בן הגה"צ רבי שמואל צבי זינגער שליט"א מאלכסנדר חתן הגה"צ רבי יחיאל האלבערשטאם שליט"א - אבד"ק פאשקעוויץ טשענסקאוויץ, וחתן הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 8:50 אין די זאלן פון גינת אסתר און זיך באגריסט מיט די חשובע זיידעס און רבנים אויפן אויבנאן,
דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, און מכבד געווען די עלטער זיידע הגה"צ אבד"ק פאשקעוויץ טשענסקאוויץ שליט"א צו ליינען די תנאים,
עדי תנאים: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו און ר' יצחק הערש מיטטעלמאן הי"ו,
ערב קבלן מצד החתן: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, ערב קבלן מצד הכלה: הרה"ח ר' אלי' לייב ראזענבערג הי"ו,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשובע זיידעס און מחותנים,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
מען האט פארענדיגט ארום 9:15, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה.
זמני כניסה איז געווען פון 9:25 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~