זונטאג משפטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג משפטים=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם יושע טעללער הי"ו.
ב"ר יעקב קאפל סימאן הי"ו.
ב"ר מאיר פישער הי"ו.
ב"ר עזריאל שפיטצער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלום זאלדאן הי"ו בבית זקינו הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה דוד פערל הי"ו און הרה"ח ר' יואל הערש פישער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד כ"ץ הי"ו און הרה"ח ר' זלמן לייב אפפעל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל אלכסנדר שטערן הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ה מיטטעלמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' הלל הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אליעזר זוסמאן ראטה הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' אלי' ראובן סאפדי הי"ו און הרה"ח ר' רחמים אברהם דאנא הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די מוצאי לאור פון גליון 'לחזות בנועם' וועלכע פארשפרייטן די דב"ק פון רבינו שליט"א ביי שלו"ס מידי שבוע בשבוע,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פעולות און זיך שטארק באדאנקט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~