שבת קודש פרשת יתרו - שבת של שמחה - שבת שבע ברכות פונעם אור אייניקל הכלה בת הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים…
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת יתרו - שבת של שמחה - שבת שבע ברכות פונעם אור אייניקל הכלה בת הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט, בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א,
עב"ג החתן הרב יעקב יצחק ראטטענבערג שליט"א בן הגה"צ רבי חיים צבי שליט"א - אבד"ק פינטשוב=
אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי קובע געווען די מזוזות אויף די נייע פארענדיגטע זאלן בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן גדלי' ב"ר אליעזר הערש ניימאן הי"ו,
החתן יודל ב"ר לייבל ברא"ה הערשקאוויטש הי"ו.
ארום 6:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה אין באגלייטונג פון די חתן און מחותנים בשירה וזמרה, און צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר מרדכי דוד ראטענבערג שליט"א - ב"פ.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:30.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסדות התורה והחינוך בארגענטינע.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל ביהמ"ד הגדול.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אור אייניקל הב' יקותיאל יודא גלאנץ ני"ו בן הרה"ג ר' יואל שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר שלום וואגשאהל שליט"א - בלומינבערג.
מנוחה ושמחה: הר"ר ברוך ראטענבערג שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויחד יתרו און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מצות צריכות כוונה.
קה אכסוף: הר"ר ישעי' יוסף בעק שליט"א - מאנסי.
ברכת המזון: האדמו"ר ממאשלוי שליט"א.
ברכות ראשונות: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. ברכה אחריתא: הגה"צ אבד"ק פינטשוב שליט"א.
קה רבון עלם: הר"ר מנחם שלמה ראזענבוים שליט"א - ב"פ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויפגערופן רבינו שליט"א צו די מצוה טאנץ,
דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה מיט גרויס התעוררות פאר א לענגערע צייט און דערנאך געטאנצן מיטן חתן,
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען די זיידעס הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און האדמו"ר ממאשלוי שליט"א און דערנאך די מחותנים צו טאנצן מצוה טאנץ.
אז ביום השביעי: הר"ר לוי יצחק ראזענבוים שליט"א, און דער רבי האט געטאנצן אין א רינג בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיטן חתן און מחותנים ובני המשפחה.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:45.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:25.
ברכות: הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהלתינו וו"מס.
פסוקי דזמרה: הר"ר אהרן שפיגעל שליט"א - ב"פ.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הגה"צ ר' אברהם אביש שמידמאן שליט"א - אב"ד קראלי פלעטבוש.
פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ג ר' אליעזר הערש הורוויץ שליטא בן הגה"צ רב דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו - וומ"ס.
לוי: נכד רבינו החתן הרב יעקב יצחק ראטטענבערג שליט"א.
שלישי: החתן גדלי' ב"ר אליעזר הערש ניימאן הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן בהר"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א - באווארפען.
חמישי: החתן יעקב שלמה ב"ר אייזיק הערש ברא"י בערקאוויטש הי"ו.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' מרדכי לייב צוויבל שליט"א.
ר' חנני' יו"ט ליפא ברא"י דייטש הי"ו.
ר' יעקב ברש"י גוטמאן הי"ו.
אויך האט דער רבי געמאכט א מי שברך וקריאת השם לבן הנולד אצל ר' הערשל ב"ר פנחס שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
שביעי: החתן בהר"ר יואל פיש שליט"א.
אחרון: החתן וואלף ב"ר עמרם יצחק וויינשטאק הי"ו.
מפטיר: החתן שמעון ב"ר חיים אפרים ווייס הי"ו.
הגבה: הר"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' אליעזר הערש ניימאן הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' וואלף ב"ר אלימלך לאנדא הי"ו - וומ"ס.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון פריעד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
די מיטאג טיש וסעודת שבת שבע ברכות האט דער רבי געפראוועט אינאיינעם מיט די בני המשפחה אינטן אינעם זאל בביתו נאוה קודש,
מען האט מאריך געווען בשירה וזמרה
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען,
ברוך ה' יום יום: הר"ר יקותיאל יודא דוד ראזענבוים שליט"א.
ברוך קל עליון: הר"ר משה לייפער שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק ויחד יתרו און ארויסגעברענגט אז יתרו האט בשעת די שיעובד מצרים שוין געזען די גאולת מצרים און זיך שוין דעמאלטס געפרייט ע"ש העתיד.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א מראצפערט.
ברכות ראשונות: הר"ר מנחם שלמה ראזענבוים שליט"א.
ברכה אחריתא: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב.
מען האט געענדיגט ארום 2:30.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' עמרם בר"ד קאהן הי"ו.
לוי: הגה"צ אבד"ק פינטשוב שליט"א.
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם ישי בערקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הגה"צ אב"ד קראלי פלעטבוש שליט"א.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ויספר משה לחותנו און נאכגעזאגט אז פון יעדע מצוה ווערט באשאפן א מלאך וואס העלפט אים טוהן נאך מצוות און די זעלבע חלילה ביי א עבירה, און אפילו מען זאגט געווענטליך אז מחשבה רעה אין הקב"ה מצרפה למעשה דאס איז נאר ביי סתם עבירות, אבער ביי עניני קדושה ווי די מחשבה איז אויך א עבירה ווערט אויך באשאפן א מלאך פון א מחשבה, אבער ביי יעדע קרעכץ און מחשבת חרטה ווערן די מלאכים הרעים פעלערדיג,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי התעוררות זאגענדיג אז מען שטייט שוין ביי די לעצטע וואך פון די ימי השובבי"ם און אז מען מאכט זיך א חשבון הנפש וואס מען האט אויפגעטוהן אין די פארגאנגענע וואכן איז די מצב גאר ביטער, אבער דאך דארף מען געדענקן אז מען דארף איינרייסן און בעטן אז מען זאל זוכה זיין צו א אמת'דיגע מחשבת חרטה און נאכדעם וועט שוין הקב"ה צוהעלפן און מבטל זיין אלע מלאכים וואס זענען באשאפן געווארן פון זיינע עבירות און זיי לאזן אים נישט תשובה טוהן און נאך וואס זיי וועלן בטל ווערן וועט מען זוכה זיין צו תשובה שלימה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם ישי בערקאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' מענדל מאיר ווייס הי"ו.
פארן בענטשן האט מען געזינגען ניגוני שמחה,
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:30.
ארום 9:30 איז געקומען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א מחותנו האדמו"ר ממאשלוי שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:20 איז דער רבי אריינגעקומען אינעם זאל בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען די שבע ברכות צוגעשטעלט דורכן רבי'ן שליט"א ווי עס זענען געלאדענט געווארן די בחורים חברי חבורת קדושת יו"ט שע"י ישיבות קטנות פון וומ"ס וועלכע איז נתייסד געווארן דורך הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א צו לערנען ספרי חסידות מידי שבוע בשבוע ובפרט פאר די ימים טובים,
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און זיך דערנאך געוואשן צום סעודה,
נאכן זיך וואשן האט מען געזינגען די זמירות למלוה מלכה,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
נאך די פיש איז פארגעקומען א מעמד שאלות ותשובות ווי הר"ר נטע מאשקאוויטש שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף מבצר התורה וומ"ס, האט פארגעשטעלט פילע שאלות וואס די בחורים האבן אריינגעגעבן בנוגע פילע ענינים בנוגע מנהגי ישראל, חסידות, לימודים, און נאך, אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, צום ערשט בדברי דרוש בעניני נשואין,
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די בחורים און צווישן אנדערע אויסגעשמועסט די כח פון נגינה און ארומגערעדט מיט ווייטאג איבער די היינטיגע ניגונים אויף וואס מען טאנצט ביי חתונות און מעורר געווען אוועקצושטיין פון די היינטיגע ניגונים און מסיים געווען בברכת קדשו,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען דער מחותן הגה"צ אבד"ק פינטשוב שליט"א,
שבע ברכות: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
~🌴~