מאנטאג יתרו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג יתרו=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אליעזר יחזקאל שווימער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק י"א.
דערנאך איז אריין בקודש פנימה הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א - ראש המנהלים ק"י אינאיינעם מיט עטליכע מנהלים פון די ישיבות קטנות און האבן איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א די קבלת טובות פון הונדערטער בחורי ישיבה קטנה בעניני טעכנעלאגיע,
דער רבי האט א לענגערע צייט איבערגעקוקט די קבלת טובות מיט א שטארקע קורת רוח און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.
ארום 2:45 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס,
ביים אנקומען איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
=שמחת החתונה פון נכדת רבינו דור רביעי הכלה בת הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א חתן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, וחתן האדמו"ר ממאשלוי שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש,
עב"ג החתן הרב יעקב יצחק ראטענבערג שליט"א בן הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א - אבד"ק פינטשוב בן הגה"צ אבד"ק וואוידעסלאוו זצ"ל=
ארום 5:00 אזייגער איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג ווי דער דער רבי האט געדאווענט מנחה,
בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו,
נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי מרן רבינו שליט"א.
רבינו שליט"א איז אריין געקומען צום קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול ארום 5:40, במשך די קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות,
דערנאך האט הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה און די דערהויבענע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, חשוב'ע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען ווארעמע דברות קודש און מעורר געווען זכות אבות, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן פארן חתן, מחותנים, פאר די חשובע זיידעס, און דערמאנט די עלטער זיידעס הגה"צ ב"פ רב שליט"א לרפו"ש, און כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
מען האט מסדר געווען די כתובה,
עדי כתובה: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ, און הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד ישמח משה,
דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון אפריון ווי דער רבי האט געבענטשט די חתן.
ביים חופה האט רבינו שליט''א מכבד געווען מיט סידור קידושין מחותנו האדמו"ר ממאשלוי שליט"א.
עדי קידושין: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א און הרה"ג ר' אברהם חיים מאטצען שליט"א.
קריאת הכתיבה: די זיידע הגה"צ רבי וועלוול אנפאנג שליט"א.
ברכות ראשונות: כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, עלטער פעטער פון די חתן.
ברכה אחריתא: האדמו"ר מדאמבראווא שליט"א, עלטער פעטער פון די חתן.
עדי יחוד: הר"ר הערשל טעללער שליט"א און הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א.
דערנאך האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די געהויבענע זיידעס.
נאך די חופה האט זיך דער רבי באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, און דערנאך צוגעגאנגען אנוואונטשן פאר די עלטער זיידעס גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א לרפו"ש, און מחותנו כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש, וועלכע זענען געזיצן אין די קארן נעבן די חופה.
ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מעריב אין היכל תהילות יוסף,
בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
נאכן מעמד החופה איז פארגעקומען די סעודת החתונה בהיכל ביהמ''ד הגדול בראשות הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א אינאיינעם מיט די חשובע זיידעס און מחותנים שליט''א,
מען האט א לענגערע צייט געזינגען ניגוני שמחה והודאה און דער רב שליט''א איז ארומגעגאנגן צווישן ציבור אפנעמען מזל טוב און געטאנצן מיט די זקני אנשי שלומינו און אהבת קדומים,
ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די שמחת החתונה,
דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה,
נאך די פיש האט דער רבי געמאכט א לחיים און געוואונטשן לכל העם הנאספים.
ארום 9:30 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצן מיטן חתן,
במשך די סעודת החתונה האבן זיך משתתף געווען האדמורי"ם החשובים קרובי המשפחה כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא אקוויין שליט"א,
דער רבי האט מכבד געווען די רבנים שליט"א מיט לחיים און פארפירט שיינע שמועסן און דערנאך מכבד געווען צו טאנצן מיטן חתן און זיך דערנאך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די חשוב'ע רבנים שליט"א.
דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 10:15, און אהיים לביתו נאוה קודש.
בביתו נאוה קודש איז אריבערגעקומען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וואונטשן א ברכת מזל טוב לרגל די שמחת החתונה,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 11:20 איז דער רבי אריין געקומען אין ביהמ"ד צו ברכת המזון,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' מאיר ראטענבערג שליט"א,
ברכות ראשונות: הגה"צ רבי זלמן לייב וואגשאהל שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק וואוידעסלאוו זצ"ל.
ברכה אחריתא: הגה"צ רבי יעקב אלחנן ראטענבערג שליט"א - אבד"ק וואוידעסלאוו.
דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויפגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, וכל העם הנאספים,
דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיטן חתן, און דערנאך מיט נכדו המחותן הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א אינאיינעם מיטן חתן, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט בנו הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און דערנאך מיט בני משפחתו, און דערנאך מיט משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע,
דערנאך האט מען אויפגערופן צום מצוה טאנץ די זיידע הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א,
מען האט געזינגען ניגוני שבח והודאה מיט גרויס התעוררות,
דער רב שליט"א האט געטאנצן די מצוה טאנץ לפני הכלה מיט גרויס דביקות והתרגשות של שמחה פאר א לענגערע צייט און דערנאך געטאנצן מיט אביו רבינו שליט"א פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מיט בני משפחתו,
דערנאך האט מען אויפגערופן צום מצוה טאנץ די זיידעס הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, האדמו"ר ממאשלוי שליט"א, און הגה"צ רבי וועלוול אנפאנג שליט"א,
דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די מחותנים דער אבי החתן הגה"צ אבד"ק פינטשוב שליט"א, און דער אבי הכלה הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א מראצפערט,
דערביי האט דער רבי געטאנצן א לענגערע צייט מיט אלע מחותנים און זיידעס שליט"א באזונדער.
דער בדחן האט אויסגערופן די חתן צו טאנצן,
דער רבי איז געטאנצן אין א רינג ארום די חתן כלה און דערנאך געטאנצן מיטן חתן,
דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה, דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד אום 3:15 און אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.
~🌴~