זונטאג יתרו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג יתרו=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יקותיאל יודא מאלח הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' יואל היימאן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס.
ב"ר יושע העשיל שארף הי"ו.
ב"ר יואל קאהן הי"ו.
ב"ר דוד יוסף לייב ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר יצחק שרגא האלצמאן הי"ו.
ב"ר שלמה אלי' מאלח הי"ו.
ב"ר יהודה ווייס הי"ו.
ב"ר עמרם נויאוויטש הי"ו.
ב"ר זאב שערצער הי"ו.
ב"ר דוד לעווי הי"ו.
ב"ר שאול בראך הי"ו.
ב"ר יצחק מנחם בערגער הי"ו.
ב"ר שמואל גאלדשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק י"א.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
דערנאך איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
נאך מנחה זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים וועלכע זענען געשטאנען בראש פון די גרויסע מלוה מלכה וועלכע איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת פאר אלע תלמידי המתיבתא זיך צו מחזק זיין בנוגע צמצום הוצאות החתונה ובפרט בנוגע די מוזיק צו ניצן נאר 'די דזשעי' מוזיק,
דער רבי האט געהערט א באריכט פון די פעולות פון די עסקנים און שטארק מחזק געווען די בחורים עסקנים צו קענען אויפטון ווי מער צו שפארן אידישע געלטער און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמחה נפתלי קלאגסברוין הי"ו און הרה"ח ר' ישראל אשר ווייס הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברח"א ליכטמאן הי"ו און הר"ר יחיאל מיכל טרעגער שליט"א אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל מרדכי ווייסבערג הי"ו און הרה"ח ר' משה אלי' באנדא הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 9:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הר"ר יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מראחמסיטריווקא מאנסי שליט"א וחתן הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א חתן/בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט וועלכע קומט פאר דעם מיטוואך אין שיכון סקווירא און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שולחן הטהור לכבוד חמשה עשר בשבט בהיכל ביהמ"ד הגדול במעמד אלפי אנשי שלומינו,
מען האט מאריך געווען בשירה וזמרה לכבוד היום,
אויף די טישן זענען געליגן פילע פראכטפולע אויסשטעלונגען פון פארשידענע מיני פירות לכבוד היום,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
מען האט ממשיך געווען בנגינה און מען האט אויפגעגעבן פרוכט לכבוד היום, דער רבי האט געמאכט א ברכה אויף א טייטל און טועם געווען פון די אתרוגים און מען האט פארטיילט שיריים,
במשך די טיש האט דער רבי משמיע געווען פינף מאל דב"ק,
ביי די ערשטע דב"ק האט דער רבי ארויסגעברענגט די חשיבות ביי הקב"ה ווען א איד מאכט א ברכה, און פארדעם חמשה עשר בשבט ווען עס איז פערציג טעג פאר בריאת העולם לר' יהושע ווערט אין דעם טאג נתעורר די טענה פון די מלאכים אז מען זאל נישט באשאפן די מענטש און מען זאל געבן די תורה פאר די מלאכים מיט די טענה פון דינא דבר מצרא, אבער וויבאלד עס איז דא א פסידא פארן מוכר אז מלאכים קענען נישט מאכן קיין ברכות ווערט בטל זייער טענה,
פארדעם איז מען מרבה בפירות חמשה עשר בשבט און מען מאכט א ברכת הנהנין וויבאלד לכבוד דעם האט מען באקומען די תורה און צוליב דעם האט מען באשאפן די וועלט און די מענטשן.
מען האט ממשיך געווען בשירה וזמרה און דער רבי האט משמיע געווען די צווייטע דב"ק מיט נאך א טעם פארוואס מען איז מרבה בפירות חמשה עשר בשבט,
ביי מתן תורה איז דא א טענה אז עס איז געווען בכפי' במילא איז עס נישט חל, אבער וויבאלד משה רבינו האט מוסיף געווען יום אחד מדעתו האט ער מיט דעם געוויזן אז עס איז יא ברצון, במילא האט עס חל געווען און עס האט א תוקף,
די תורה שבכתב איז צוגעגליכן צו א עץ חיים און די מצוות דרבנן זענען די פירות פון די עץ חיים, פארדעם חמשה עשר בשבט וואס אין דעם טאג איז עלתה במחשבה פון הקב"ה צו באשאפן די וועלט כדי די אידן זאלן קענען מקבל זיין די תורה, איז מען מרבה בפירות וואס ווייזט אויף מצוות דרבנן וואס דורך די מצוות דרבנן האט מען געזען אז מתן תורה איז יא געווען ברצון און פארדעם האט מען באשאפן די וועלט,
דער רבי האט מוסיף געווען אז לפי רוב שיטות זענען די מצוות דרבנן יא כעין דאורייתא במילא מיז מען זאגן אז די פירות זענען די מילי דחסידא און מנהגי ישראל, און דורכ'ן מקיים זיין מנהגי ישראל ווערט בטל די טענה אז מתן תורה איז געווען בכפי',
דער רבי האט דערמאנט אז ליל שב"ק פרשת תולדות העעל"ט באתרא קדישא מירון האט מען ארומגערעדט איבער זאגן די פרשת הקטורת יעדן טאג פאר שחרית, האט דער רבי געזאגט אז ביי חסידישע אידן זאגט מען קרבנות פאר מנחה אויך, עס איז נישט קיין דאורייתא און נישט קיין דרבנן נאר א מנהג ישראל, כהנה וכהנה איז דא יעדן טאג פילע מנהגי ישראל, גיין אין מקוה, וכו',
אזוי אויך איז דא פילע חסידישע לא תעשה'ס, ס'דא זאכן וואס א חסידישע איד טוט נישט! סיי בנוגע די כלים, סיי בנוגע די מלבושים, און נאך פילע ענינים, און חמשה עשר בשבט איז די טאג וואס מען דארף זיך מקבל זיין איינצוהאלטן אלע מנהגי ישראל און נישט מזלזל זיין אין קיין שום חסידישע ענין,
אזוי אויך האט דער רבי מעורר געווען זיך צוצוגרייטן צום יו"ט פורים הבעל"ט מיטן לערנען ספר הק' קדושת לוי, די יו"ט וועט אנדערש אויסקוקן! לערנען חסידישע ספרים מאכט די מענטש פאר א חסידישע איד און גיבט אריין א חיות אין א איד.
מען האט ממשיך געווען צו זינגען און דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די דריטע דב"ק מיט נאך א טעם פארוואס מען איז מרבה בפירות,
עס איז דא נאך א טעם פארוואס עס איז דא א פסידא פאר הקב"ה אויב ער גיבט די תורה פאר די מלאכים, וויבאלד א מענטש האט א יצר הרע וואס איז מכשיל מיט עבירות און ווען מען טוט תשובה מאהבה ווערן די זדונות זכיות און הקב"ה האט א שטארקע הנאה פון דעם, און דאס קען א מלאך נישט באווייזן,
די תורה ומצוות זענען די עץ החיים און די זכיות וואס ווערט באשאפן פון די עבירות זענען די פירות,
פארדעם חמשה עשר בשבט וואס געפאלט אויס סוף פון די ימי השובבי"ם וואס די טעג זענען מסוגל פאר תשובה ותיקון המעשים און מען האט שוין באשאפן אסאך זכיות אין די פארגאנגענע וואכן, עסט מען פירות צו מרמז זיין די פירות וואס מען האט באשאפן און צוליב דעם האט מען געקענט מקבל זיין די תורה,
דער רבי האט פארענדיגט און געזאגט אז 'חמשה עשר' איז די אותיות 'שערי שמחה' וויבאלד דורך די זכיות איז מען משפיע שמחה וישועות, און דער רבי האט אנגעוואונטשן מען זאל זוכה זיין מרבה צו זיין בפירות און עפענען די שערי שמחה פאר יעדעם איינעם בכלליות ובפרטיות.
נאכן טועם זיין פון די אתרוג האט דער רבי משמיע געווען די פערטע דב"ק און נאכגעזאגט פון בני יששכר אז חמשה עשר בשבט איז מען מתפלל אויף א גוטע אתרוג,
א אתרוג איז עצו ופריו שוין דאס קומט צו זאגן אז חמשה עשר בשבט דארף מען מתפלל זיין אז עס זאל זיין עצו ופריו שוין, און די קינדער און אייניקלעך זאלן זיין ערליך מען זאל זען תענוג ונחת עד סוף כל הדורות,
מען האט געזינגען ויהי זרעי מיט גרויס התעוררות פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די פיפטע דב"ק, חמשה עשר בשבט איז ראש השנה לאילנות, ביי בריאת העולם האבן די דשאים געמאכט א ק"ו פון די אילנות אז זיי דארפן אויך וואקסן למינו,
ביי יצחק אבינו שטייט אז ער ווערט געבענטשט דורך א ק"ו, מה דאך ישמעאל האט כל טוב איז דאך זיכער אז יצחק דארף האבן, און דאס איז אפילו ווען מען איז נישט אין אזא גוטע מצב ברוחניות, אבער ערגער ווי ישמעאל איז מען נישט,
במילא חמשה עשר ווען עס איז ראש השנה לאילנות ווען די דשאים האבן געמאכט א ק"ו פון די אילנות מאכט מען אויך די ק"ו יצחק פון ישמעאל און עס ווערט נשפע פרנסה בהרחבה גדולה פאר יעדעם איינעם, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
מען האט געענדיגט ארום 11:10,
נאך א קורצע צייט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד,
בעל תפילה: ר' מרדכי פעקעטע הי"ו.
~🌴~