דאנערשטאג בשלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג בשלח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט ישיבה גדולה סניף עסק התורה בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל אברהם זאב אפפעל הי''ו.
ב"ר דוד ווייס הי''ו.
ב"ר יואל ברמ"ז פרידריך הי''ו.
ב"ר יוסף שלמה מארקאוויטש הי''ו.
ב"ר חיים מרדכי וויינגארטן הי''ו.
ב"ר חיים צבי יחיאל לאנדא הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ג ר' יואל בר"ה פריעדמאן שליט"א און הר"ר ליפא ברי"י סאמעט שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה מאיר דוב גליק הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן געלב הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף חביב באסול הי"ו און הרה"ח ר' אלי' מאיר סאלמה הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:20 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם בר"ב פאלאטשעק הי"ו און הרה"ח ר' זלמן לייב שפילמאן הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר משה שפיטצער הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברצ"ז בערגער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה ארום 12:40 איז דער רבי אנגעקומען צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פונעם אור אייניקל הכלה בת נכדו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט, וועלכע קומט פאר דעם קומענדיגן מאנטאג יתרו הבעל"ט,
ביים אנקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה,
ביים אריינקומען אין אהל האט דער רבי געצינדען לעכט ביי די ציונים פון רבותיה"ק בעל דברי יואל זי"ע און בעל ברך משה זי"ע און ביי די ציון פון אמו הרבנית ע"ה,
דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג און געזאגט קדיש,
דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט און בשעת מעשה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות,
דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה,
מען האט געענדיגט ארום 1:20.
א גוטע נאכט.
~🌴~