מיטוואך בשלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך בשלח=
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה גאלדשטיין הי"ו - וומ"ס.
ארום 1:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
נאך מנחה האבן זיך אנשי שלומינו געזעגענט פון רבינו שליט"א, און דער רבי האט זיך באדאנקט פארן ארטיגע רב הביהמ"ד הרב שלמה אהרן דענעבוים שליט"א וואס האט אוועקגעגעבן די ביהמ''ד ומקוה פארן רבי'ן ולטובת אנשי שלומינו הבאים להסתופף בצל הקודש, און געשטאנען צו די הילף במשך די פארגאנגענע וואכן מיט אלע הצטרכות'ער.
ארום 2:40 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום פאלם ספרינגס אינטערנעשענעל לופטפעלד, און ארום 3:30 האט זיך די פריוואטע פליגער געהויבן אויפן וועג קיין ניו יארק.
"ברוך הבא בשם השם"
ארום 10:40 האט די פליגער געלאנדעט אינעם טעטערבארא לופטפעלד,
דער רבי האט צום ערשט געדאווענט מעריב אין לופטפעלד,
בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו,
נאך מעריב איז דער אנוועזנדן ציבור אריבער שלום נעמען, און דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
"בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה"
~🌴~