דינסטאג בא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג בא=
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק רבי ר' זושא מאניפאלי זי"ע,
בעל תפילה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן רבי ר' זושא זי"ע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי פארציילט מעשיות פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט.
פאר מנחה איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א וועלכע האלט זיך אויף אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה אין פאלם ספרינגס,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים לבית ליסקא און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן רבי ר' זושא זי"ע,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל ברא"ש פריעדלענדער הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו,
ביים זמן ר"ת ארום 6:20 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
א גוטע נאכט.
~🌴~