מאנטאג בא - ר"ח שבט
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג בא - ר"ח שבט=
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות,
ביים ליינען זענען מכובד געווארן,
פתיחה: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו - ק"י,
בעל קורא: הר"ר יואל הערש ראטענבערג שליט"א - וומ"ס,
כהן: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו - וומ"ס,
לוי: הר"ר יואל הערש ראטענבערג שליט"א,
שלישי: הרה"ח ר' אלחנן יאקאבאוויטש הי"ו - ק"י,
רביעי: רבינו שליט"א,
הגבה: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו - ק"י,
גלילה: הרה"ח ר' רפאל דוד ג'ברא הי"ו - ק"י.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א.
אין די פארמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש ש"ב כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א וועלכע האלט זיך אויף אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה אין די דערנעבענדיגע האט ספרינגס געגענט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים לבית וויזניץ,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו,
ביים זמן ר"ת ארום 6:20 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
~🌴~