דינסטאג שמות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג שמות=
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא צבי געשטעטנער הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען איז די גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען,
דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער געבן נעמען נאך צדיקים.
פארנאכטס ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו,
ביים זמן ר"ת ארום 6:15 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב,
בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא צבי געשטעטנער הי"ו - ק"י.
נאך מעריב האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די היסטאריע פון ניטל.
~🌴~