מאנטאג שמות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג שמות=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה יודא ברש"ז ווייס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר שי שלום וואלבערג הי"ו.
בעל תפילה: ר' הערש לייב פויגעל הי"ו.
בעל קורא: הרה"ח ר' אלי' ברח"א שפיטצער הי"ו.
כהן: ר' יודא שעהנברוין הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יעקב אהרן לעווי הי"ו.
שלישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א.
גלילה: הב' הבר מצוה ני"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב מאיר אליעזר טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א וחתן הרה"ג ר' יחיאל שרגא גרינפעלד שליט"א - ראה"כ סעמיהאי, בן הגה"צ אבד"ק סעמיהאי שליט"א וחתן האדמו"ר מראצפערט שליט"א.
סנדק: רבינו שליט"א,
מוהל: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א,
סנדק מעומד: הגה"צ אבד"ק סעמיהאי שליט"א,
ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, ויקרא שמו בישראל: לוי יצחק, ע"ש הרה"צ רבי לוי יצחק לייפער זצ"ל מטעמעשוואר, שווער פון האדמו"ר מראצפערט שליט''א.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום סעודת ברית בהיכלי הפאליש,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל ברית און פאר אלע זיידעס און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:15 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום טיטערבארא לופטפעלד,
ארום 2:20 האט זיך געהויבן די פריוואטע פליגער אויפן וועג קיין פאלם ספרינגס קאלעפארניע ווי דער רבי וועט וויילן למנוחת הנפש ביז קומענדיגן דאנערשטאג בשלח הבעל"ט.
די פליגער האט געלאנדעט אינעם פאלם ספרינגס אינטערנעשענעל לופטפעלד ארום 5:30 ארטיגע זייגער (ארום 8:30 ניו יארק'ע זייגער).
דער רבי איז אפגעווארט געווארן אין לופטפעלד דורך אנשי שלומינו וועלכע וויילן דארט אויף אפרוה,
דער רבי האט תיכף געדאווענט מנחה אין א זייטיגע שטוב אינעם לופטפעלד, און ביים זמן ר"ת געדאווענט מעריב,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יוסף מאסרי הי"ו - ק"י.
נאך מעריב איז דער רבי צוגעפארן לביתו נאוה קודש.
~🌴~