מיטוואך חיי שרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מיטוואך חיי שרה
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבת 'עסק התורה' - שיעור ג' אין טשעסטער ניו יארק.
ביים אנקומען אין ישיבה האט זיך רבינו שליט"א באגריסט מיט די הנהלת הישיבה און ארום שפאצירט זיך אומקוקענדיג אויפן שטח הישיבה וועלכע באשטייט פון אריבער 40 אקער.
רבינו שליט"א האט זיך נאכגעפרעגט איבער אלע איינצעלהייטן פונעם ישיבה, און ארויסגעוויזן א קורת רוח פונעם מקום רחבת ידים וואו מען קען לערנען רואיגערהייט.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריין אין היכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויפן ציבור הלומדים דערביי שעפנדיג א שטארקע קורת רוח פונעם שטארקן קול תורה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר משה לוי חיים הכהן לאנדא.
בהרה"ג ר' אשר שמואל כ"ץ שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' במאנסי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בחורים ברוב עם.
רבינו שליט"א האט געוואונטשן לחיים פארן מנהל הרה"ג ר' שלמה לייב וויינבערגער שליט"א און דערנאך פאר די בר מצוה בחורים, און פאר די תלמידי הישיבה,
און פארטיילט שריים פאר די הנהלה און פאר די בר מצוה בחורים. דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש,
דער רבי האט נאכגעזאגט די גמרא אין בבא קמא אז מטבע של אברהם אבינו האט געהאט זקן וזקנה מצד אחד, און בחור ובתולה מצד אחר,
דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מטבע איז א לשון תפילה, די תפילה פון א"א איז געווען מ'זאל זעהן אז די עלטערן זאלן זיך קענען מתייחס זיין אויף די קינדער און אזוי אויך פארקערט, דער רבי האט געזאגט אז עס ליגט אין די הענט פון די בחורים צו מאכן די שם טוב פארן ישיבה, "מהאט אנגעהויבן די ישיבה אויף א נייע מקום א נייע אופן ס'איז בידכם מ'זאל זאגן אז די ישיבה עסק התורה אין טשעסטער איז די ישיבה מיטן ה"א הידוע ווי עס זיצען ערליכע בחורים מ'זיצט און מ'הארעוועט, הרב רבי שלמה לייב פרובירט צוצושטעלן מטה כסא שלחן ומנורה אזוי אז די בחורים זאלן קענען זיצען און לערנען און קענען שטייגן און לעבן א לעבן פון תורה פיל מיט חיות דקדושה, מ'זאל דאווענען פיין. איך האב הנאה געהאט פונעם דאווענען מ'לעבט אין א דאווענען מ'דאווענט פיין, בקול, אזוי ווי א חסידישע דאווענען דארף זיין, מ'הערט גריסן פין די ישיבה ס'דא זייער חשובע בחורים אזוי אז מ'זאל זיך רייסן אריינצוקומען אין די ישיבה און אזוי אויך זאל דער אויבערשטער העלפן אז מען זאל זיך רייסן ארויס צו נעמען פון די ישיבה, און מען זאל הערן גוטע בשורות בקרוב ביי אלע בחורים ס'איז די וואך פרשת חיי שרה די פרשה פון שידוכים יעדער זאל זוכה זיין צו א גוטע שידוך אין די ריכטיגע זמן און די ריכטיגע מקום, און דער רבי האט אויסגעפירט מיט ברכת קדשו בביאת הגואל בב"א.
דערנאך איז רבינו שליט"א ארום געגאנגען זיך אומגעקוקן איבערן גאנצן בנין הישיבה, און באזונדער זיך אומגעקוקט אויפן ארט ווי עס וועט בעז"ה געבויט ווערן די פערמענאנטע דארמיטארי און מקוה, זיך נאכפרעגנדיג אויף אלע פרטים ופרטי פרטים.
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
א גוטן טאג
~🌴~