דינסטאג חיי שרה - חלק ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דינסטאג חיי שרה - חלק ב'
רבינו שליט"א האט געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. ארום 4:45.
נאך מנחה האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בארא פארק מפאר זיין בראש השמחה ביים שמחת החתונה פון נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע החתן בן הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א רב בית מדרשינו בבלומינגראוו חתן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו בארא פארק שליט"א.
ארום 7:40 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין די זאלן פון עטרת חיה אין בארא פארק צום קבלת פנים, רבינו שליט"א האט מסדר געווען די כתובה אין מהאט געמאכט קבלת קנין דערנאך האט רבינו שליט"א געמאכט א לחיים אין אנגעווינטשן פאר די חתן, מחותנים, אין זיידעס אין פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז מען געגאנגן צום באדעקן.
פארן חופה האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס מיט אחיו הגה"צ אב"ד סאטמאר 15 שליט"א.
אין אזוי אויך מיט הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו שליט"א מוומ"ס,
איידערן ארויסגיין צום חופה האט רבינו שליט"א געבענטשט דעם חתן.
ביים חופה איז רבינו שליט"א מכובד געווארן מיט סידור קידושין, און האט מכבד געווען דער זיידע פון די חתן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א.
נאכן חופה האט רבינו שליט"א אנגעווינטשן פאר די חתן, מחותונים אין זיידעס.
דערנאך איז רבינו שליט"א צוגעפארן צום נייעם הויז פון נכדו הרב ליפא בהגה"צ ר' העניך אשכנזי שליט"א - חדב"ן ווי רבינו שליט"א געמאכט א לחיים אין אנגעוואונטשן ברכות קדשו.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריין געפארן קיין וויליאמסבורג ווי עס איז געווען די וועכענטליכע זמני כניסה.
ארום 10:45 האט רבינו שליט"א געדאווענט תפילת מעריב בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. דערנאך איז ווייטער פארגעקומען קבלת קהל ביז ארום 11:55.
ארום 12:30 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צו די שמחת החתונה אין די זאלן פון עטרת חיה אין בארא פארק,
רבינו שליט"א האט טועם געווען מזונות און פיש, און געטרינקען לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן און מחותנים, דערנאך האט מען געבענטשט.
מיט בענטשן איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד סאטמאר 15 שליט"א.
מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו שליט"א מוומ"ס, הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ דקהלתינו 18,
הגה"צ אב"ד דושינסקיא ב"פ שליט"א, הגה"צ ר' משה אשכנזי שליט"א.
דערנאך האט הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ,
דערנאך האט רבינו שליט"א אפגעראכטן די ריקודי קודש און געטאנצען מצוה טאנץ און דערנאך געטאנצען מיטן חתן און מחותנים.
נאכן טאנצן האט רבינו שליט"א אנגעווינטשן די כלה אין פארלאזט די זאל אויפן וועג לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
א גוטן טאג
~🌴~