מאנטאג ויגש - זאת חנוכה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ויגש - זאת חנוכה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' נתנאל לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י הישיבה, און פאר אלע תלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען ברכת הקודש פאר אלע בחורים נאכזאגענדיג אז חנוכה איז מסוגל פאר שידוכים און אנגעוואונטשן שידוכים פאר אלע בחורים,
דערנאך זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער און דער רבי האט פארטיילט מטבעות פאר אלע בחורים.
דערנאך איז דער רבי ארויס אין חצר פון ישיבה ווי עס איז פארגעקומען די מעמד שריפת הפתילות,
דער רבי האט אנגעצינדן די מדורה און אריינגעווארפן די קנויטן און די שיירי שמן פון די נרות חנוכה,
דערנאך האט מען איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א קוויטל כוללות פון אלע תלמידי הישיבה און דער רבי האט עס אדורכגעליינט פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, מען האט געענדיגט 12:50.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 4:30 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה ארום 4:55 איז דער רבי אנגעקומען אינעם בנין הת"ת 'בנין ווידער פאלאטשעק' ווי דער רבי האט מאריך געווען שלחנו הטהור לכבוד זאת חנוכה אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' פון די ניין סניפי ישיבות קטנות פון מוסדותינו הק' ק"י,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט,
במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני חנוכה וימים נוראים,
מיט מזמור שיר חנוכת האט דער רבי מכבד געווען הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א - ראש המנהלים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, צום ערשט לענגערע דברי דרוש ופלפול בעניני חנוכה, און דערנאך ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די בחורים, און ארויסגעברענגט אז עס איז שוין אריבער א פערטל פון די יאר און מען דארף זיך מאכן א חשבון הנפש מיט וואס מען איז געווארן בעסער, מיט לימוד התורה, מיט מידות טובות, מיט יראת שמים,
אזוי אויך האט דער רבי שטארק מעורר געווען די בחורים צו עוסק זיין בלימוד התורה מיט א יגיעת התורה, פארשטיין וואס מען לערנט, פארשטיין די מחלוקת אין די גמרא וכו', און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים און פאר די מגידי שיעור און עקסטער אנגעוואונטשן פאר די הנהלה רוחניות און די הנהלה גשמיות פון מוסדותינו הק'.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א - מנהל ישיבה סניף רב טוב,
מען האט געענדיגט ארום 6:30.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב אינאיינעם מיט די בחורים.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' בנציון אברהם כהן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל פייערשטיין הי"ו און הרה"ח ר' מאיר יודא אייזנבאך הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 7:30 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמעון הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~