זונטאג ויגש - יום ז' דחנוכה - בדר"ח טבת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ויגש - יום ז' דחנוכה - בדר"ח טבת=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע גאנץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' פישל פריינד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ב"ר מענדל מיטטעלמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' משה הערש קרויס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט הונדערטער אנשי שלומינו.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט''א - מו"ץ.
ב"ר ישכר בעריש ווייזער הי''ו.
ב"ר יואל ברש"י ליבערמאן הי''ו.
ב"ר יוסף אלי' לעבאוויטש הי''ו.
ב"ר אהרן אלעזר שמעון קאהן הי''ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט בהתלהבות אש,
ביים ליינען זענען מכובד געווארן מיט פתיחה הרה"ח ר' יוסף אלי' לעבאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' ישכר בעריש ווייזער הי"ו,
כהן: הב' הבר מצוה ב"ר אהרן אלעזר שמעון קאהן הי"ו,
לוי: הר"ר יואל גרובער שליט"א,
שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר יואל ליבערמאן הי"ו,
הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א,
גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר ישכר בעריש ווייזער הי"ו,
רביעי: רבינו שליט"א,
הגבה: הרה"ח ר' שלום מאיר קעסטענבוים הי"ו, גלילה: הב' הבר מצוה בהרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן הערש קעסטענבוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר מיכאל סאאל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די בר מצוה בחורים און די בעלי ברית בהיכל ביהמ"ד הגדול צד דרום,
מען האט געזינגען עטליכע ניגוני חנוכה ור"ח,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל זאת חנוכה=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 אזייגער בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' ליפא בהר"ר יואל גאלדבערגער שליט"א אנגעצינדן די מנורה.
נאך מעריב איז דער גאנצער ציבור אריבער מקבל זיין ברכת הקודש לכבוד זאת חנוכה.
ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום אכטן לעכטל חנוכה במעמד אלפי אנשי שלומינו.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און די קאפעליע האט געזינגען די ניגונים,
דערנאך האט הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו פארגעזינגען מזמור שיר חנוכת כנהוג,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די קינדער פון די קאפעליע.
דערנאך האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגוני התעוררות פאר א לענגערע צייט.
ארום 10:25 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כא. אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות און דער רבי האט משמיע געווען די צווייטע דב"ק אויפן פסוק וטבוח טבח והכן און ארויסגעברענגט אז די אכט טעג חנוכה איז אנטקעגן די שמונת ימי מילה,
די שלימות פון מצות מילה איז שמירת הברית, האבן אפגעהיטענע אויגן און אפגעהיטענע מחשבות, און אויב איז דא שמירת הברית איז עס משפיע פרנסה בהרחבה און אמונה אין הקב"ה, און פארדעם ליינט מען זאת חנוכה די נשיא פון שבט מנשה וואס מנשה איז בגי' פרנסה, און דאס איז די רמז לסעודת שעושין בחנוכה,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני אמונה און דער רבי האט משמיע געווען די דריטע דב"ק ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז ווען אהרן הכהן האט אנגעצינדן די מנורה איז זיין תפקיד געווען 'אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנירות', אנטקעגן די מנורה איז געליגן די שלחן און אהרן הכהן האט משפיע געווען פרנסה פאר כלל ישראל בשעתן אנצינדן די מנורה,
דער רבי האט נאכגעברענגט די באקאנטע מחלוקה פונעם הייליגן קאזניצער מגיד זי"ע מיטן הייליגן חוזה מלובלין זי"ע צו הקב"ה דארף קודם משפיע זיין רוחניות אדער קודם גשמיות, און דער רבי האט געברענגט אפאר ראיות צום חוזה מלובלין זי"ע אז הקב"ה דארף קודם משפיע זיין גשמיות און איז מחויב צו משפיע זיין פרנסה און געזינט פאר כלל ישראל,
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און דער רבי האט משמיע געווען די פערטע דב"ק און ארויסגעברענגט אז חנוכה איז די צייט וואס מען דארף מתפלל זיין אז מען זאל זיין ערליך און מען דארף בעטן פאר זיך און פאר די קינדער און פאר די אייניקלעך, און אזוי וועט מען זוכה זיין צו לא ימישו מפיך וכו' מעתה ועד עולם,
מען האט ממשיך געווען צו זינגען ויהי זרעי וזרע זרעי תלמידי חכמים וכו' און והאר עינינו בהתעוררות רב,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די פיפטע דב"ק און נאכגעזאגט פון בני יששכר זי"ע אז חנוכה איז מלשון חינוך וויבאלד חנוכה איז א חינוך און א הכנה צו ביאת המשיח,
האט דער רבי מסביר געווען און נאכגעזאגט אז רבינו גרשום הייסט 'מאור הגולה' צוליב זיינע צוויי תקנות אז מען טאר נישט גט'ן בע"כ און מען טאר נישט חתונה האבן מיט צוויי ווייבער, במילא קען הקב"ה נישט אוועקשיקן כלל ישראל און קען אויך נישט נעמען קיין אנדערע אומה,
פון די נס חנוכה זעט מען אז הקב"ה האלט איין אלע תקנת חז"ל וויבאלד די טומאה פון די שמן איז נאר געווען א דרבנן במילא אויב הקב"ה האלט אלע תקנת חז"ל וועט ער בקרוב אויסלייזן כלל ישראל פון גלות,
דער רבי האט אויסגעפירט אז חז"ל האבן מתקן געווען חנוכה מיט 'קבעו שיר ורננים' און דער רבי האט געבעטן די מנגנים צו אנהייבן ניגוני שמחה,
מען האט אנגעהויבן ניגוני שמחה והודאה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ פאר א לענגערע צייט,
מען האט געענדיגט ארום 12:15 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
בביתו נאוה קודש זענען אריין בקודש פנימה די בחורים וועלכע האבן געזינגען אין די קאפעליע במשך די ימי החנוכה און אזוי אויך די בחורים וועלכע פירן אן מיט די ניגונים ביי די עריכת שלחן הטהור מידי שבוע בשבוע,
דער רבי האט פארטיילט מטבעות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
~🌴~