דאנערשטאג מקץ - ד' דחנוכה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג מקץ - ד' דחנוכה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מענדל ב"ר יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' זושא גאלדבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל שלום שאפפער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' ישראל אלעזר טאבאק הי"ו היושב ע"פ אשתו ע"ה.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל ה' דחנוכה=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 אזייגער בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' משה ב"ר שמשון שרגא פויגעל הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
ארום 8:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומ"ס ווי דער רבי וועט וויילן אויף שבת בקרב קהלתינו הק'.
ארום 9:45 איז דער רבי אריינגעקומען בבית מדרשינו הגדול צום פיפטן לעכטל חנוכה.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די ניגונים,
ארום 10:25 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כא. אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה,
און דערנאך בדרך אגדה ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז אין זכות פון דעם אז די חשמונאים זענען געגאנגען מיט די ציצית אינדרויסן אין דעם זכות איז אהרן הכהן אראפגעקומען און געהאלפן טרעפן די פך שמן טהור, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 11:10.
א גוטע נאכט.
~🌴~