מיטוואך מקץ - ג' דחנוכה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך מקץ - ג' דחנוכה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף זונדל ברש"ל וויינבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און דערביי מחזק געווען די תקנת הישיבה נישט צו גיין צו קיין חתונות.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל ד' דחנוכה=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 אזייגער בביתו נאוה קודש,
פאר מעריב האט הב' שלום ב"ר פנחס פראנקל הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
נאך מעריב זענען אריין בקודש פנימה עסקנים פון התאחדות אברכים וועלכע האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די קאמפיין ווי פילע אנשי שלומינו האבן זיך אונטערגענומען צו זאגן די פרשת הקטורת פארן דאווענען נאך די קריאת הקודש פון רבינו שליט"א ליל שב"ק פרשת תולדות באתרא קדישא מירון,
דער רבי האט א לענגערע צייט איבערגעקוקט די קבלת טובות און די קוויטלעך פון אלע אידן וועלכע וועט אפגעשיקט ווערן קיין מירון און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים.
ארום 9:30 איז דער רבי ערשינען צום צינדן אויף א פריוואטע פארנעם מיט די יתומים פון אנ"ש, אינעם זאל בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, נאכן צינדן האבן די קינדער פארגעזינגן מעוז צור, דערנאך האט מען געזינגען ניגוני הלל והודאה.
דער רבי האט געשפילט דריידל מיט די קינדער און דערנאך האט הר"ר מנחם ישעי' לעווי שליט"א פארגעלייגט פארשידענע שאלות וואס די יתומים האבן אריינגעגעבן איבער פארשידענע ענינים, אויף וואס דער רבי האט געענטפערט בטוב טעם ודעת,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, ווי דער רבי האט א לענגערע צייט ארומגערעדט גאר שטארקע דברי חיזוק והדרכה.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יונתן שווארץ הי"ו, און משמח געווען די קינדער מיט אינטערעסאנטע קונצן לכבוד היום,
נאך די מסיבה ארום 11:30 איז דער רבי ארויף בביתו נאוה קודש און אלע קינדער און בחורים זענען אריבער פערזענליך אפנעמען חנוכה געלט און מתנות פון רבינו שליט"א.
דער רבי האט זיך הארציג באדאנקט פאר די חשובע עסקנים וועלכע טוען יאר יערליך אהערשטעלן און צושטאנד ברענגען די רייכע נאכט, צווישן אנדערע העסקנים החשובים ר' ארי' הערשקאוויטש הי"ו, ר' אליעזר ראטה הי"ו, ר' מרדכי שעהר הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
~🌴~