דאנערשטאג וישב - כ"א כסלו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג וישב - כ"א כסלו=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמחה בונם אייזנבאך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל ברא"מ מערמלשטיין הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 4:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער צו די זאלן פון גינת קליין ווי עס איז פארגעקומען די סעודה לכבוד כ"א כסלו דורך די אריבער 1,500 תלמידי המתיבתא אינאיינעם מיט א שבע ברכות ונעילת ימי השמחה לכבודו פונעם ראש ישיבה מרן רבינו שליט"א לרגל די חתונה פונעם ערשטן אור אייניקל החתן הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א - ממציוני תלמידי המתיבתא,
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און זיך דערנאך געוואשן צום סעודה,
במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני שבח והודאה לכבוד היום,
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א - ר"מ בישיבה, וועלכע האט ארויסגעברענגט די קשר פון רבינו שליט"א מיט די תלמידי הישיבה און דערביי איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א מנחת ביכורים א רשימה פון די שעות רציפות וואס די בחורים האבן געלערנט במשך די צוויי וואכן פון די מסע הקודש קיין ארה"ק כבקשת רבינו שליט"א ביים מעמד צאתכם לשלום איידערן אפרייזן קיין ארה"ק,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר די בחורים המציונים א פלעשל אויל פון די אויל פון וואס דער רבי האט אפגעשיידט תרומות ומעשרות אין ארה"ק,
דערנאך האט הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות לכבוד די שמחה,
פארן זמן האט מען געבענטשט,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דעם אור אייניקל החתן שליט"א,
ברכות ראשונות: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א,
ברכה אחריתא: הגה"צ אב"ד בארדיוב שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט בעניני הודאה און ארויסגעברענגט אז א ריכטיגע הודאה איז נאר ווען עס איז אויך דא א קבלה טובה על העתיד, און דאס דארף יעדע בחור וויסן כ"א כסלו ווען מען גיבט א שבח והודאה צו הקב"ה אויפן עבר דארף מען מאכן קבלת טובות אויפן עתיד, מיט מער לימוד התורה, מער יגיעת התורה, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די תלמידי הישיבה וועלכע זענען בעת די פארגאנגענע נסיעה אין ארה"ק אנגעגאנגען מיט די לימודי הישיבה כסדרן, און מען קען זאגן אז דאס אז די נסיעה איז געווען מיט אזא הצלחה איז אין דעם זכות פון דעם אז די בחורים זענען געזיצן און עוסק געווען בתורה מיט התמדה און מוסיף געווען מיט לימוד שעות רציפות,
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די קשר פון רביה"ק זי"ע מיט די בחורים און פארציילט עטליכע סיפורים איבער דעם,
דערנאך האט דער רבי געזאגט אז די וואך ביי א שבע ברכות מיט די אינגערע בחורים האט מען דארט אנגעפרעגט א האקעלע שאלה בנוגע צו בחורים זאלן לערנען ליקוטי מהר''ן,
און דער רבי האט זיך אריינגעלאזט אין א לענגערע שמועס איבער די נושא פון ברסלב ובפרט איבער לערנען ליקוטי מהר"ן און איבער פארן ראש השנה קיין אומאן,
דער רבי האט פארציילט עטליכע סיפורים פון רביה"ק זי"ע איבער די נושא און איבער דעת קדשו אז הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע איז געווען גאר הייליג און זיין ספר איז אויך הייליג אבער דאס איז נישט געמאכט פאר אונז בחורים, אזוי ווייט אז דאס קען אראפפירן א בחור פון ריכטיגן דעת, עכל"ק פון רביה"ק זי"ע, און די זעלבע מיטן פארן ראש השנה קיין אומאן וואס א גרויס חלק וואס פארן פארן מיט די מיינונג אז מען קען א גאנץ יאר טוהן וואס מען וויל און מען וועט פארן ראש השנה קיין אומאן און זאגן די תיקון הכללי און מיט דעם וועט מען פטור ווערן פון אלעם, דאס איז א סכנה גדולה און נישט געמאכט פאר פשוטי עם, ובפרט אז פילע פארן אהין אראפ צו ווארפן די עול און ערנסטקייט פון ראש השנה,
דערביי האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א צו איבערגעבן א מעשה וואס בדידיה הוא עובדא וואס רביה"ק זי"ע האט אים געזאגט בנוגע די נושא,
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען און אויפגעפאדערט די בחורים זיך נישט אריינצולייגן אין די זאכן, און דערנאך מכבד געווען הרה"ג ר' דוד גליק שליט"א צו איבערגעבן וואס ער געדענקט וואס דער רבי ז"ל האט געזאגט איבער די נושא.
מען האט געענדיגט ארום 6:00 אזייגער.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ה פייערשטיין הי"ו און הרה"ח ר' גדלי' אפפעל הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יושע גראס הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברמ"ש ווייס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען בקודש פנימה די תנאים ליינען פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל שלום אונגאר הי"ו און הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו.
ארום 9:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר ברוך שווארטץ שליט"א און הר"ר דוד לייב קרויס שליט"א,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם שמואל שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"וו פארקאש הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אנגעקומען צום שמחת השבע ברכות אין ביהמ"ד ציעשנוב לכבודו פונעם רב הביהמ"ד הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די חשובע זיידעס הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א, און הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די חשובע זיידעס שליט"א,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די גאנצע אויבנאן און דערנאך עקסטער מיטן חתן,
דערנאך האט מען געבענטשט און נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות,
מען האט געענדיגט ארום 12:00 אזייגער.
~🌴~