מיטוואך וישב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך וישב=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יודא אשר ב"ר אליעזר ראטה הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר משה יוסף עהרנפעלד הי"ו.
ב"ר יושע מרדכי דאנציגער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות האט זיך פארבינדן מיט רבינו שליט"א הר"ר שמעון שישא שליט"א ראש המצילים אינערהאלב מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל משמד הגיוס, אפצונעמען ברכת הקודש לקראת די עפענונג פון א נייע פארברייטערטע אפיס פונעם מרכז אין בני ברק וועלכע וועט בעז"ה געעפנט ווערן תיכף נאך חנוכה אין א נייע גרויסע פלאץ מיט א פארברייטערטע שטאב פון מצילים זיך צו קענען אפגעבן מיט די פארמערטע פראבלעמען וואס די טמא'נע מיליטער מאכט פאר היימישע בחורים, נאך די פערזענליכע בקשה פון רבינו שליט"א בעת די מסע הקודש אין ארה"ק צו פארברייטערן די פעולות פונעם מרכז בעיר בני ברק צוליב די פארשארפטע מצב פונעם גזירת הגיוס און די גרויסע פארלאנג און נאכפראגע פון די טויזענטער בני ישיבות פון בני ברק,
רבינו שליט"א האט זיך באדאנקט פאר ר' שמעון שליט"א פאר זיין הילף פאר עטליכע בחורים מאנ"ש וועלכע האבן ב"ה באקומען א פטור דורכ'ן מרכז, און איבערגעשמועסט די ביטערע מצב הגיוס, און בפרטיות די מצב פון עטליכע בחורים מאנ"ש וועלכע זענען נאך דערווייל ליידער פארפלאנטערט מיט די טמא'נע מיליטער, און שטארק אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר ר' שמעון שליט"א און פאר אלע מצילים.
ארום 7:15 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדעל הי"ו אין ק"י אויף א מסיבת לחיים לרגל נשואי בנו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דערביי האט ר' אברהם יודא הי"ו געוויזן פאר רבינו שליט"א פארשידענע אנטיק ספרים וואס ער האט באוצרו, צווישן אנדערע די 'גנזי יהודה' פראיעקט וואס ער האט ארויסגעגעבן לכבוד די חתונה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.
"חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו"
ארום 8:00 אזייגער איז רבינו שליט"א ארויסגעפארן פון קרית יואל אויפן וועג קיין וומ"ס צום מעמד אדיר "גדלו וטובו" סעודת הודאה ודינער השנתי לרגל כ"א כסלו - יום הצלה ושחרור פון רבינו הקוה"ט זי"ע וואס איז פארגעקומען אינעם גיגאנטישן שאטער אינעם 'וואטערפראנט סקווער' אויף קענט עוו.
אלץ יושב ראש המעמד האט געדינט הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א - מרבני קהלתינו הק' וומ"ס.
ארום 9:30 איז רבינו שליט"א ערשינען אינעם זאל במעמד רבבות אלפי ישראל ווי דער רבי האט זיך צום ערשט באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן, ביים אנקומען אויפן פלאץ האט דער רבי געטאנצן פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התרגשות אויף די ניגון הודאה פון חסדי ה' כי לא תמנו, בך בטחו, און נאך ניגוני הודאה,
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודה לכבוד היום,
נאך די פיש האט רבינו שליט"א געוואונטשן לחיים צוערשט פארן אויבן אן און דערנאך פאר די אלופי אלפי אנשי שלומינו, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ אויף ניגוני הודאה,
אלץ נועם הכבוד האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי מתתי דייטש שליט"א - גאב"ד שכונת רמת שלמה בירושלים עיה"ק,
במשך די מעמד האט אויפגעטרעטן מיטן דבר הנהלת המוסדות הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו, וועלכע האט ארויסגעהויבן די פילע לייסטונגען דורך נדיבי לב ונגידי קהלתינו הק' וואס נאר דורך דעם קענען די מוסדות אנגיין,
אזוי אויך האט הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הי"ו מפני כבוד המלכות באגריסט די פאליטישע באאמטע וועלכע זענען געקומען ארויס צו ווייזן זייער שעצונג צו קהלתינו הק', צווישן אנדערע די ניו יארק סיטי מעיאר עלעקט זאהאראן מאמדאני, און אזוי אויך פארגעליינט א בריוו פונעם הויכגעשעצטן פרעזידענט טראמפ יר"ה וועלכע איז געשיקט געווארן לכבוד המעמד,
דערנאך האט הרה"ח ר' ישראל אדלער הי"ו פון ארה"ק פארגעזינגען ספעציעלע חרוזים איבער די דערהויבענע נסיעה קיין ארה"ק ובפרט די געהויבענע שב"ק באתרא קדישא מירון,
ארום 11:00 אזייגער האט דער רבי אנגעהויבן די צענטראלע דב"ק והדרכת השנה,
דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט דברי אגדה בעניני הודאה און ארויסגעברענגט אז ווען מען לויבט הקב"ה מיט א רבים דעמאלטס קען מען לויבן אפילו מען איז נישט ראוי, 'אודה ה' בכל לבב בסוד ישרים ועדה', און דער רבי האט ארויסגעברענגט איבער די חיוב הודאה וואס ליגט אויף יעדעם איינעם צו הקב"ה מיט די הצלה פון רביה"ק זי"ע ווען מען זעט די תורה אימפעריע וואס ער האט אויפגעשטעלט איבער די גאנצע וועלט, און אין די זעלבע צייט ליגט א פליכט אויף אונז צו פארברייטערן די אלע פעולות מיטן אויפשטעלן נאך בתי מדרשים, נאך בתי חינוך, מרבה צו זיין מיט גמילות חסדים, און גיין אין זיינע דרכים אין אלע ענינים, שטיצן מוסד הק' קרן הצלה וואס ער האט אויפגעשטעלט בשאירת כוחו, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח און זיך ווארעם באדאנקט פאר די חשובע נגידים מאנ"ש וועלכע האבן מנדב געווען דעם ריזן סכום פון א מיליאן דאלער פאר קרן הצלה וואס דער רבי האט איבערגעגעבן פאר די חברי הבד"ץ ביי די נסיעה אין ארה"ק,
אזוי אויך דארף מען זיכער מאכן זיך צו פירן בעניני צניעות אויפן שטערקסטן פארנעם, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די נייע תקנה אין די בית רחל אין וומ"ס צו איינשטעלן די ספעציעלע צניעות'דיגע בגדים פאר אלע תלמידות,
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די שווערע מצב פון די טייערע דירות אין וומ"ס ווי מען צאלט ריזיגע סכומים פאר א קליינע דירה, און דאס איז חוץ די רוחניות'דיגע פראבלעמען, עס איז געקומען די צייט זיך אוועקצוציען צו אנדערע מקומות! און עס ליגט א פליכט אויף די עלטערן צו מחזק זיין די קינדער זיך אוועקצוציען פון וומ"ס,
און דער רבי האט מחזק געווען די תקנה פון די דירות פרייזן אין ק"י און שטארק אויפגעפאדערט אז קיינער זאל נישט צאלן מער ווי דריי הונדערט דאלער א סקווער פיס אין קרית יואל, און צוויי הונדערט פיפציג דאלער אין קרית יואל המורחבת, און דער רבי האט געזאגט אז ווען מען מופט אריבער צו קרית יואל המורחבת זאל מען נעמען אין אכט די טייערע סקול טעקסעס מיט די אנדערע טעקסעס וואס קומט צו, און זיך נישט לאזן פארנארן פון די מעקלערס וואס פארציילן דאס נישט,
דערביי האט דער רבי מעורר געווען אז די שטאט קרית יואל און די זעלבע קרית יואל המורחבת האט רביה"ק זי"ע אויפגעשטעלט אז מען זאל האבן א אפגעטיילטע פלאץ פון אנדערע דעות בעניני השקפה און עס ליגט א פליכט אויף אונז דאס אפצוהיטן, און עס טוט זייער וויי אז עס זענען דא מענטשן וואס טוהן פעולות אהינצוברענגען פרעמדע קהילות וואס פארמאגן א אנדערע השקפה ווי אונז בעניני התבדלות פון טומאת הציונית, און זיי זאלן וויסן אז רביה"ק זי"ע איז זייער מקפיד אויף דעם ויהא זהיר בגחלתן,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די דערהויבענע מסע הקודש אין ארה"ק, און דער רבי האט ארומגערעדט בשבח פון די נוסעים וועלכע זענען געפארן מיט א דערהויבנקייט און ערנסטקייט, און א גרויסע טייל זענען געפארן נאר צו רבי שמעון און אהיים, און נישט געפארן אויף קיין שום אנדערע פלעצער, דאס איז נראה וניכר אז דאס איז פירות פון תלמידיו פון רביה"ק זי"ע וואס פירן זיך מיט די שיטה הק' פון ויואל משה און עס איז געווען א שטארקע כבוד פאר רביה"ק זי"ע און פאר די שיטה הק',
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די חשיבות פון קהילתינו און מוסדותינו הק' אין ארה"ק כולו נאה וכולו יאה,
אזוי אויך האט מען מיטגעהאלטן פערזענליך די ביטערע מצב פון די גזירה פון גיוס בני ישיבות און מען האט געהערט די פחד פון די בחורים, אינגעלייט, און זייערע עלטערן, צווישן אנדערע פילע בחורי ואנשי שלומינו, און די מצב ווערט נאר שווערער און ערגער ה"י, די איינציגסטע אדרעס ווי מען ווענדט זיך איז מרכז עזרה ויועץ און מען וואונטשט זיי גרויס הצלחה ביי זייערע פעולות לטובה,
אין די זעלבע צייט טוט זייער וויי אז עס זענען דא אזעלכע וואס ארבעטן צו מאכן פשרות אין דעם נושא, מען האנדלט מיט אידישע נפשות! זה חי וזה ימות, און עס ליגט א פליכט אויסצושרייען א זעקה גדולה ומרה און מען האפט און מען בעט זיי ח"ו נישט צו מאכן קיין פשרות ווייל אפילו נאר רעדן פון פשרות מאכט שוואך און קאלט די שוואכערע חלק כלל ישראל, און מען איז מתפלל אבינו מלכינו הפר עצת אויבינו,
אזוי אויך האט דער רבי מיטגעטיילט זיין פערזענליכע עדות איבער די אמעריקאנע בחורים וואס לערנען אין ארץ ישראל ווי זיי דרייען זיך אויף די גאסן בייטאג און ביינאכט און דאס קומט פון א תוצאה פון אוועקשיקן די בחורים יונגערהייט צו אנדערע ישיבות וואס דאס ברענגט אז ווען מען ווערט עלטער פארט מען לערנען אין ארץ ישראל, והחכם עיניו בראשו,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בשבח פון מוסדותינו הק' אין וומ"ס און פון די הנהלת המוסדות וועלכע שטייען בראש און שאפן די גרויסע געלטער, און דער רבי האט דערמאנט לשבח די חשובע משפחת ריספלער החשובה וועלכע האבן זיך אינטערגענומען אויפצובויען די נייע בנין הבית רחל וואס איז שוין די דריטע בנין וואס זיי זענען מנדב און דער רבי האט זיי אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
פארן בענטשן האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השבע ברכות בבית רבינו - שמחת החתונה פונעם ערשטן אור אייניקל,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ גאב"ד שכונת רמת שלמה שליט"א, און מיט די שבע ברכות גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 11:50 און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
~🌴~