מאנטאג חיי שרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מאנטאג חיי שרה
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' וואלף ברי"מ לאנדא, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר דוד יהודה ווייסמאן.
ב"ר מרדכי שווארץ.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ה' פסוק י"ג.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צום ת"ת בנין ווידער - פאלאטשעק ווי עס זענען געווען פארזאמעלט די תלמידי כתה ד' פון אלע סניפים לרגל די התחלת לימוד גמרא,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים אין חרוזים, איינע פון די מנהלים הר"ר יחיאל יצחק שפיצער שליט"א האט פארגעלערנט די ערשטע משנה אין פרק תפלת השחר מסכת ברכות צוזאמען מיט די קינדער,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און משמיע געווען דברות קודש ודברי ברכה פאר די קינדער זאגענדיג דערביי "סאיז א גרויסע שמחה די קינדער האבן היינט אנגעהויבן גמרא די גמרא וואס האט געהאלטן די אידן אינעם גלות ביז יעצט אין דאס האלט אינז ווייטער ס'איז טאקע א לאנגע גלות אבער מיט די גמרא קען מען זיך האלטן, אין מיטן גמרא וועט מען אקעגן גיין דעים מלך המשיח, מ'זעהט די קינדער מ'שטייגט מ'לערנט חומש מיט רש"י נאכדעים לערנט מען משניות אין יעצט הייבט מען אן לערנען גמרא אין אזוי וועט מען שפעטער לערנען גמרא רש"י דערנאך תוס' דערנאך מפרשים אין אזוי שטייגט מען ווייטער דער אויבערשטער זאל העלפן מ'זאל ווייטער פלייסיג לערנען אין שטייגן, מ'האט יעצט אנגעהויבן מסכת ברכות ווי מרעדט פון דאווענען זאל מען טאקע ערליך דאווענען מיט א קול ביז דער אויבערשטער וועט העלפן בזכות לימוד התורה של תשב"ר וועט מען זוכה זיין בביאות הגואל במהרה"
דערנאך האבן די קינדער ארויסבאגלייט דעם רבין בשירה וזמרה לרגל די בעפארשטייענדיגע נסיעה שבת תולדות קיין עיר האבות סיגוט יע"א.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך אין די מצה בעקעריי דקהלתינו הק' ווי דער רבי האט זיך צום ערשט אומגעקיקט אויף די נייע צוגעבויעטע חלק צום בנין אין אזוי אויך די נייע שטובער ווי מהאלט די מצות דערנאך איז דער רבי ארומגעפירט געווארן דורך די הנהלת בית האופה איבער די גאנצע בעקעריי אין זיך אומגעקוקט אויף די פולע הידורים.
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
א גוטן טאג
~🌴~