זונטאג חי' שרה - חלק ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
זונטאג חי' שרה - חלק ב'
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי איז אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקיקט אויף די לימודים און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א -מנה"ר דישיבתינו הק' סניף ויואל משה - הר"ר הערשל קאהן, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יצחק מנשה שטיינפעלד - ר' איתמר טובי' ווידער, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:00
אויפדערנאכט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' בעריש פעלדמאן - ר' משה הערש בראך.
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
א גוטע נאכט.
~🌴~