דאנערשטאג ויצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ויצא=
ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול אין שיכון קרית יואל בני ברק,
בעל תפילה: ר' משה ארי' שטרוהל הי"ו,
ביים ליינען האבן עולם געווען,
כהן: משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן שליט"א,
לוי: הרה"ג ר' יושע הערש יאזשעף שליט"א - מו"ץ,
שלישי: רבינו שליט"א,
הגבה: הרה"ח ר' אליעזר פאלאטשעק הי"ו,
גלילה: ר' שלום אליעזר פוקס הי"ו.
נאך שחרית זענען אריין בקודש פנימה בבית האכסניא א קבוצה לומדי כוללינו כולל עצי חיים וועלכע האבן מסיים געווען שו"ע יו"ד,
דער רבי האט משמיע געווען ברכת הקודש פאר די לומדי הכולל און דערביי ממנה געווען צוויי פרישע מורי צדק אין קהלתינו הק' אין בני ברק, ה"ה הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א און הרה"ג ר' דוד כהן שליט"א,
דער רבי האט זיי ווארעם אנגעוואונטשן שלא יצא מכשול מתחת ידיהם ולהורות דבר ה' זו הלכה און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבילים ביי בני הרה"ח ר' בנציון יאקאבאוויטש ע"ה היושבים ע"פ אמם ע"ה.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן קורצן וועג צום שטאט לוד ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת פרידה פאר כלל אנשי שלומינו תושבי ארה"ק אינאיינעם מיט א סיום חצי הש"ס במסגרת חבורת יסודי התורה שע"י קהלתינו הק',
דער רבי איז אנגעקומען צום מסיבה וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון ' שמים פתוחים' ארום 10:45,
אלץ יושב ראש האט געדינט הר"ר משה מנחם הערשקאוויטש שליט"א פון ירושלים,
ביים מעמד האט זיך משתתף געווען האדמורי"ם מיערוסלוב און טעמעשוואר שליט"א,
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר מרדכי יאזשעף שליט"א - מנה"ר ישיבה גדולה מהרי"ט ב"ב,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די צענטראלע דב"ק ודברי הדרכה פאר אנ"ש תושבי ארה"ק,
דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט בדברי דרוש ואגדה על פרשת השבוע ובמשנתו פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, און דער רבי האט ארומגערעדט לענגערע דברי הדרכה בנוגע לימוד התורה צו האבן א שיעור בקביעות גמור יעדן טאג, בנוגע זיך פירן ווי א חסידישע איד, גיין אין מקוה יעדן טאג, דאווענען אין אונזערע בתי מדרשים בהשקפה אחת, דאווענען מרישא ועד גמירא, מחנך זיין די קינדער לתורה וליראת שמים ומידות טובות, פירן די סעודת שב"ק כראוי מיט זמירות ודברי תורה, אכטונג געבן אויף די צניעות אין שטוב,
דער רבי האט שטארק מעורר געווען זיך נישט צו לאזן ווערן נאכגעשלעפט פון די שכינים סיי אין ירושלים און בפרט אין בני ברק סיי בנוגע די הארבע ענין פון ביי-האר און אזוי אויך ביי אלע שייטלען צו גיין נאר בצניעות,
אזוי אויך האט דער רבי מעורר געווען צו רעדן אויף אידיש, און שטארק ארומגערעדט איבער די טומאת הציוניות און אלע זייערע נאכשלעפער און פארטייען, אזוי אויך די שעדליכקייט פון נישט ערליכע ליין מאטריאל, און אוודאי די טמא'נע כלים זאל זיין בבל יראה אין א אידישע שטוב,
דער רבי האט ממשיך געווען בשבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין ירושלים בני ברק און בית שמש און געזאגט אז עס איז געווען אן עונג רוחני זיך צו טרעפן מיט אנשי שלומינו יראים ושלימים, און עס שטייגט בכמות ובאיכות בתורה עבודה וגמילות חסדים,
דער רבי האט ארומגערעדט איבער די ביטערע מצב פון די גזירה פון גיוס בני ישיבות, מען האט געזען די פראבלעמען און צער פון יעדעם איינעם און מען וויינט מיט און מען פילט מיט מיט יעדעמס ווייטאג,
דער רבי האט דערמאנט די סיום מסכת קידושין וחצי הש"ס און אויפגעפאדערט יעדעם איינעם זיך מחזק צו זיין בלימוד התורה מיט מסירות נפש און נאר אזוי וועט מען בייקומען די רשעים און די גזירה פון גיוס בני ישיבות וועט בטל ווערן, און חלילה צו מאכן פשרות און פארהאנדלען אין דעם ענין, און מען דארף זיך האלטן שטארק אז קיינער טאר נישט גיין אין מיליטער יהיה מה שיהיה! און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט הר"ר דוד ווייסהויז שליט''א פון בית שמש געמאכט די סיום אויף מסכת קידושין וחצי הש"ס, און הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו פון וומ"ס - חבר הנהלת החבורה האט געזאגט קדיש,
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ פאר א לענגערע צייט,
דער רבי האט פארלאזט די מעמד ארום 12:15 אויפן וועג צום לופטפעלד,
אין לופטפעלד האבן זיך געזעגענט פון רבינו שליט"א ראשי קהלתינו ומוסדותינו הק' פון ארה"ק און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן און איבערגעלאזט ברכת קדשו,
ארום 1:45 האט זיך געהויבן די פריוואטע פליגער אויפן וועג קיין אטענס גריכנלאנד א וועג פון ארום צוויי שעה,
ארום 5:30 האט זיך געהויבן די פליגער פון רבינו שליט"א פון אטענס גריכנלאנד אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק,
א קורצע צייט נאכן זיך הייבן האט דער רבי געדאווענט מנחה אויפן פליגער,
בעל תפילה: הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו - וומ"ס.
'ברוך הבא בשם ה'
ארום 8:50 אויפדערנאכט האט די פליגער פון רבינו שליט"א געלאנדעט אינעם נוארק לופטפעלד ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן דורך פילע אנשי ובחורי שלומינו וועלכע זענען אריבער שלום נעמען ובראשם תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' אין שפיץ פון די ראשי הישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א און הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א,
דער רבי האט געדאווענט מעריב אינעם לופטפעלד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה אויפן גאס,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין קרית יואל,
דער רבי איז אנגעקומען לביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. ארום 11:00 און איז אפגעווארט געווארן דורך הונדערטער אנשי ובחורי שלומינו בשירה וזמרה און די גאנצע ציבור איז אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א.
"בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה"
~🌴~