מיטוואך ויצא - בני ברק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ויצא - בני ברק=
ארום 9:30 איז דער רבי אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבתינו הק' ישיבה קטנה און ישיבה גדולה מהרי"ט,
דער רבי איז צום ערשט אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די סדר הלימוד און דער רבי איז ארום צווישן די בחורים מיט גרויס קורת רוח,
ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפלת שחרית,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יצחק יודא שישא הי"ו - בית שמש,
ב"ר משה דוד טעלער הי"ו - ב"ב.
בעל תפילה: הב' ליפא ב"ר יוסף היילברוין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד,
ביים לחיים איז געווען אנוועזנד הגה"צ ר' אברהם יעקב איצקאוויטש שליט"א - אב"ד שבט הלוי בראכפעלד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגוני תורה, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט''א - אב"ד ריסקעווע ומרבני קהלתינו הק',
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, צום ערשט האט דער רבי איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים אין מסכת בבא קמא און געבעטן די בחורים זיי זאלן עוסק זיין מיטן טרעפן תירוצים, דערנאך האט דער רבי גערעדט דברי התחזקות בלימוד התורה, תפילה, מידות טובות, מידת האמת, און ארומגערעדט איבערן גזירות הגיוס, ווי דער רבי האט געזאגט אז מיט דער גזירה פארשטייט מען שוין די דאפעלטע לשון וואס מען זאגט מאנטאג און דאנערשטאג נאכן ליינען, אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה ובשביה, בצרה מיינט מען דעם גזירות הגיוס, און בשביה מיינט מען דאס אז די מדינה לאזט נישט ארויספארן די בחורים, וואס ביז היינט האט מען געקענט ארויספארן אבער היינט לאזן זיי נישט, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די תלמידי הישיבה,
דער רבי איז אהיימגעפארן מיטן קאר און ארומפארנדיג די געסער אין שיכון זענען געווען אויסגע'שורה'ט די הונדערטער תלמידות בנות בית פיגא לראות פני הקודש,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבה בבית האכסניא מיט אנ"ש תושבי ב"ב נדיבי ופטרוני המוסדות וועלכע האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכימים לטובת מוסדותינו הק' אין בני ברק,
עס האט אויפגעטראטן הרה"ח ר' יואל משה גליק הי"ו און הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט''א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב''ק און ארויסגעברענגט אז דאס אז עס איז דא אידן אין בני ברק וועלכע שטרענגן זיך אן יותר מכפי יכלתם לטובת המוסדות דאס איז א שטארקע חיזוק פאר די תומכי המוסדות פון חוץ לארץ און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך זענען די תומכים אריבער מקבל זיין ברכות הקודש.
דערנאך זענען אריין א קבוצה בחורים פון די ישיבה גדולה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט די סדר אשמורת הבוקר און דער רבי האט פארטיילט ספרו הק' לב אהרן סוגיות הש"ס מסכת ר"ה - סוכה, און אנגעוואונטשן ברכות קדשו,
אזוי אויך זענען אריין אל הקודש פנימה א קבוצה אינגעלייט פון קהילת גור וועלכע האבן זיך געשטעלט אויף א פארהער אויף גאנץ ש"ס,
דער רבי האט פארהערט פאר א לענגערע צייט און אנגעוואונטשן ברכות קדשו.
ארום 3:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו - וומ"ס.
ארום 4:30 איז דער רבי אנגעקומען אין כולל חלקת יעקב - ברייש ווי דער רבי האט משמיע געווען א טיפזיניגע סוגיא שיעור בדברי דרוש ופלפול פאר די הונדערטער לומדי הכולל,
דער רבי האט אנגעהויבן בכבוד אכסניא הרה"ג ר' מאיר לוריא שליט"א ואתו עמו הרה"ג ר' משה ברייש שליט"א וועלכע איז א זוהן פון די חלקת יעקב, דער רבי האט צוערשט ארויסגעברענגט לשבח פונעם כולל וואס איז פקיע שמיה און נודה לרבים אלס א מקום תורה חשוב מאוד ווי עס זיצן אידן תלמידי חכמים מפולגים גדולים בתורה שליט"א,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט די ווערטער אין מדרש 'אין כבוד אלא תורה' אז מכבד זיין מיינט בדברי תורה, בעהט מען דעם באשעפער אז יהיו לרצון אמרי פי,
דער רבי האט אנגעהויבן מיט די משנה אין מסכת סוכה דף כט: לולב הגזול והיבש פסול און ארומגערעדט אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה,
דער רבי איז אריין לארכו ולרחבו אין א לענגערע שמועס גג על גג אינעם סוגיא, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה פאר א לענגערע צייט, און מסיים געווען בדברי ברכה פאר די ראש הכולל ואתו עמו אלע רבנים און לומודי הכולל און אנגעוואונטשן אז מען זאל קענען לערנען בבריאת השלמות ללמוד וללמד לשמור ולעשות מתוך הרחבת הדעת עד זקנה ושיבה, און די רשעים זאלן נישט קענען שטערן אידישע קינדער לומדי תורה און שומרי מצות ה',
דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט די שװערע גזירה וועלכע שוועבט אויף אידישע קינדער אין ארץ ישראל און געזאגט אז אין חוץ לארץ האט מען געוויסט אז עס איז דא א שווערע גזירה, אבער מען האט דא געהערט אידן פארציילן די עגמת נפש פון די בחורים און עלטערן, וואס מען מאכט אלס מיט פון די פחד, אז מען ווייסט נישט מה יולד יום ה"י,
און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז דער אויבערשטער זאל מפיר זיין עצת רשעים, און מ'זאל קענען לערנען מיט הרחבת הדת, און בזכות לימוד התורה וועט מען זוכה זיין בביאת גוא"צ בב"א.
דערנאך האט זיך דער רבי מפלפל געווען אין די סוגיא מיט די ראשי ולומדי הכולל בריתחא דאורייתא פאר א לענגערע צייט, דער רבי האט פארלאזט די כולל ארום 5:30.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי האדמו"ר מבוהוש שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און האדמו"ר מבוהוש שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך ארום 6:00 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי האדמו"ר מסאדיגורא שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און האדמו"ר מסאדיגורא שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
פון דארט ארום 6:30 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי האדמור מדעעש שליט"א בהיכל בית מדרשו,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און האדמו"ר מדעעש שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אויף א מסיבת לחיים אינעם נייעם לאקאל פון 'אילאוויטש שטריימלעך' אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' שמואל מאיר אילאוויטש הי"ו וועלכע האט דערביי מנדב געווען א ריזן סכום לטובת בית מדרשינו הגדול אין בני ברק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פון שטריימלעך און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' שמואל מאיר הי"ו ובני משפחתו.
דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא.
ארום 8:00 אזייגער האט זיך אנגעהויבן די ווייטערדיגע זמני כניסה פאר אנ"ש תושבי בני ברק,
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א ביקור גומלין האדמו"ר מדעעש שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב בבית האכסניא ארום 11:15,
בעל תפילה: הב' שלום ב"ר שלמה פריינד הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי ממשיך געווען די זמני כניסה פאר ביז ארום 1:30.
נאך די זמני כניסה איז פארגעקומען א באשיידענע מסיבת לחיים לרגל די שמחה בבית הרה"ח ר' שמעון שישא שליט"א - ראש המצילים במרכז עזרה ויעוץ, וועלכע איז געווארן צוגעשטעלט דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בבית האכסניא,
ביים לחיים האט דער רבי ארויסגעברענגט די שוועריגקייט פונעם מצב, ווי ווייט בחורים און עלטערן זענען פארלוירן, און ארום גערעדט איבער די געברויך צו פארברייטערן די אפיסעס און צולייגן ארבייטער צו קענען נאכקומען די גרויסע פארלאנג און העלפן יעדן וואס וויל זיך ראטעווען בפרט אין בני ברק וואס עס איז כמעט נישטא קיין עסקנים,
דער רבי האט דערביי אויסגעשמועסט די וואונדער וואס עס איז דא אויף די וואס ווילן ליידער איינגיין אויף א פשרה, זאגנדיג "איך קען זיי נישט פארשטיין!", און דער רבי האט ערווענט אז מען איז אים שוין געקומען מסביר זיין אז ס'איז נישט געפערליך, ס'וועט שלעפן צייט, אבער דער רבי האט געענטפערט אז דער מהלך גייט נישט גוט ארבעטן און עס גייט נאר ערגער מאכן, בפרט מיט מאכן צרות פאר יחידים, און ווער קען מפקיר זיין אזויפיל נפשות מישראל?!
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, און ספעציעל פאר'ן גרויסן מחותן ר' שמעון שליט"א אז די פעולות גדולות זאלן מצליח זיין און ס'זאל אנקומען גרינג, מיט די הילף פון אנ"ש פון איבער די גארער וועלט וועלכע העלפן ארויס מיט די הוצאות לאלפים, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות קדשו פאר אלע עסקני המרכז,
מען האט געזינגען עטליכע ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך געזעגענט ברוב ידידות.
~🌴~